ארטיקלהומאר

העי, טעקסי!

א בארא פארקער איד פארט מיט די היימישע קאר-סערוויסעס – און דערנאך מיט "אובער"

קאווע שטיבל, "פה-סח" אויסגאבע (תשע"ו)שטילע אינגערמאן13טן מאי 2016
א ליכטיגער פעליעטאן פון דער צווייטער "פה-סח" אויסגאבע, וואס די ליינער האבן, לויט זייערע אייגענע ווערטער, "אויסגעפלאצט" ביים ליינען. צום סוף: דעם מחבר'ס אייגענער "דיסקליימער".

אן אפטע פארקומעניש ביי אונז אינדערהיים איז געווען פרשת טעקסי. מיין ווייב באנוצט זיך יעדן טאג מיט לכל הפחות צוויי טעקסיס, אויפ'ן וועג צו און צוריק פון דער ארבעט; די קינדער נוצן אויך, ווען מ'דארף גיין איינקויפן אדער אמאל צו א דאקטאר; און איך בין אויך גארנישט הינטערשטעליג. משוגע דארף מען זיין צו רירן די קאר, אויב עס איז דיר געלונגען צו כאפן א פארקינג וואס איז אויסגעהאלטן.

וואס זאל איך אייך זאגן? ס'איז געווען א שרעקליכע פארקומעניש ביז לעצטנס. ס'ווייסט יעדער אז ווען מ'הייבט אויף דעם טעלעפאן צו רופן "מונקאטש" (נישט צו פארמישן מיט'ן חסידות) אדער "אמונה", לויפט אדורך א ציטער אין אלע איברים, פון פחד וואס דער דיספעטשער קען דיר אויסשעלטן סתם פאר דער נישטיגקייט. (א זייטיגע באמערקונג: אויב איר פארשטייט א ווארט וואס ער רעדט, קענט איר ארבעטן אלס איבערזעצער.)

דער טעלעפאן-שמועס הערט זיך געווענליך עפעס אזוי:

מונקאטש...
Yes?
Can I please have a car?
Nothing now.
(דיעל טאון...)

דערנאך רופט מען "אמונה". יענער הייבט אויף גלייך, אבער שרייט אויף רוסיש צו איינעם פון זיינע דרייווערס וואס שטייען אינדרויסן פון זיין כאטקע אויף דער 51טער גאס, און לייגט בכלל נישט צו קאפ אז א קאסטומער איז אויף דער אנדערער זייט טעלעפאן. נאך א מינוט ווארטן הערט מען:

Where you go?
I have to make 2 stops local.
Gimme address!

גיי ווייס די אדרעס פון דער שולע און פון דער גראסערי; אים איז נישט גוט אז איך זאג "קארנער 14טע און 38סטע", מ'דארף זאגן א פונקטליכע אדרעס. שוין: "15 dollar, right away".

נישטא ווער עס זאל לאכן. מיר ביידע ווייסן גוט וואס "רייט אוועי" מיינט. איך קען יעצט רואיג אריינגיין אין שאוער, זינגען פאר צוואנציג מינוט און אויפקאכן א קאווע. אבער כ'בין דאך א מענטש: וואס טאמער ווארט ער מיר אפ איין מינוט – גייט מיר נישט גוט זיין.

כ'גיי ארויס ווארטן, און נאך א האלבע שעה ווארטן אין דער פרעסט, ווי איינער וואלט געווארט אויף דער בשורה טובה אז ס'קינד איז ארויס, קומט אן א פיצל רויטע קאר, אנגעשריבן מיט קידוש-לבנה אותיות דער נאמען און טעלעפאן-נומער פון "אמונה", אז יעדער זאל וויסן: דא כאפט אן איד א טעקסי.

כ'עפן די טיר פונעם אויטא און ס'ווערט מיר נישט גוט. א שמעק נעמט מיר ארום, און די זיץ איז איינגעוויקלט אין א געמיש ווי ער וואלט דא אפגעהיטן א בענטלי. כ'האב פארלוירן דעם טעם פונעם טאג; כ'וויל שוין גארנישט, כ'דארף שוין גארנישט, כ'וויל נאר צוריק אהיים.

דער דרייווער אין א לעדערנעם מאנטל, נערוועז ווי ביים מצה-באקן, שילט אויף רוסיש יעדע דורכגייענדיגע קאר – און ויסעו. ביים ערשטן קארנער שפיר איך שוין ווי מיינע קישקעס טאנצן. ער פארט ווי א מטורף; ער זעט די רויטע לייט אבער פליט ווייטער, און דערנאך ברעקט ער ווי א בין-הזמנים בחור מיט א פערמיט. מיין נעכטיגע וועטשערע איז שוין אט-אט ביים האלדז. כ'וויל עפענען א פענצטער – אבער no way: די פענצטער קען נאר ער עפענען, מ'קען דאך נישט איבערגעבן די הייקעלע פענצטער אין דער רשות פונעם פאסאזשיר. גיי בעט אים ער זאל דיר עפענען, ווען ער קען ענגליש ווי איך תרגום אונקלוס.

ס'איז אויסנאם הייס, און ער שרייט אין ראדיא קולי קולות. כ'ווייז אים מיט דער האנט אז כ'דארף לופט; ער דרייט זיך ארום בייז – וואס שטערסטו מיר, זעסט נישט אז כ'רעד אויפ'ן סעל? – און שרייט: "No, no, you crazy guy!" שוין, כ'בין דא א האסטאזש. כ'שעפטש'ע א תפלה אז כ'זאל אנקומען אין איין שטיק צום ציל, און אז ס'זאל דארט זיין טיילענאל.

"מיר ביידע ווייסן גוט וואס 'רייט אוועי' מיינט."

אזוי ווי כ'קום אן, זאגט ער "12 דאלער". כ'גיב אים א צוואנציגער, און ער הייבט אן ציילן רעשט פון סינגלס וואס כ'עקל זיך צו רירן. ביים פינפטן סינגל זאגט ער: "Tip! Tip!" כ'שווער זיך צו אז דאס איז עס: כ'וועל אנדערש גיין צופוס אין א דריי-פיס שניי קיין מאנסי, איידער פארן מיט די חברה א בלאק.

אובער

מיט אפאר יאר צוריק האט א יונגערמאן מיט'ן נאמען טרעוויס קאלאניק, וואס איז געווען אין קאלעדזש לערנען קאמפיוטערס און ערגעץ ארויסגעפאלן, געגרינדעט א פירמע מיט'ן נאמען Uber. ער זיצט נישט אין אפיס און נעמט די קאל ווען שטילע רופט אריין; ער האט געמאכט אן עפ וואס שטעלט צוזאם דעם דרייווער מיט'ן פאסאזשיר.

כדי צו ווערן א דרייווער פאר אובער, דארף מען דורכגיין א שיעור טעסטן, סיי אויפ'ן גברא (דעם דרייווער) סיי אויפ'ן חפצא (די קאר). די קאר טאר נישט זיין עלטער ווי צען יאר, טאר נישט זיין אנגעשריבן אז ס'איז א טעקסי, דארף האבן כאטש פיר טירן; דער דרייווער טאר נישט האבן קיין היסטאריע פון ווילד פארן, טאר נישט זיין ארעסטירט געווארן וכו'. בקיצור, אלעס וואס דער דרייווער פון "מונקאטש" אדער "אמונה" האט יא, טאר דער אובער-דרייווער נישט האבן.

איר קלאפט אריין "find location", און ס'קומען ארויף אלע אובער-קארס אין דער געגנט וואו איר זענט בנמצא, אויף דער באקאנטער שיינער גוגל-מאפע.

ס'איז פארהאן א פשוטע קאר, א שטייגער ווי א האנדא עקארד, אדיסי, סיענא; דערנאך איז פארהאן א מער פענסי קאר, ווי א סובורבן וגו', וואס קאסט אפאר פרוטות מער. אבער אמאל קענסטו באקומען א סקווירער שומרים-קאר, אפילו האסטו פארלאנגט א פשוטע Uber.

אין געוויסע געגנטער איז פארהאן א זאך וואס הייסט UberT. דאס מיינט: טאמער דארפט איר אנקומען, למשל, פון מאנהעטן צום JFK עירפארט, וואו לכאורה זענען דא אסאך מענטשן וואס זוכן דעם זעלבן "ראוט", קומט Uber און שטעלט צוזאם אפאר פאסאזשירן אינאיינעם, כדי אייך צו שפארן געלט.

אין אזא פאל קענען זיי אייך אמאל בעטן איר זאלט קומען צו דער הויפט-גאס און זיי אפווארטן דארט, א שטייגער ווי "קארנער סטאפס": וויבאלד מ'איז אנגעהאנגען אויף אפאר מענטשן, איז נישט גערעכט צו מאכן ווארטן דעם צווייטן. אויך איז דא אן אפציע פון "מעסענדזשער": טאמער ווילט איר פשוט שיקן א פעקל, איז דאס אויך אן אפציע – אבער דאס איז נישט אין קראפט אין אלע געגנטער.

פון ווען איר בעט א קאר, זעט איר אויף א שיינער מאפע פונקטליך וואו ער געפינט זיך און ווי ער דערנענטערט זיך, מיט א בילד פון דער קאר, פונעם דרייווער'ס פנים און פון דער רעגיסטראציע. איר קענט בלייבן זיצן באקוועם אויף דער סאפע, און ווען איר זעט אז ער איז שוין דא, כאפט איר דעם רעקל, גייט ארויס און שטייגט אריין. איר קענט זיך פארבינדן מיט'ן דרייווער דורך דער עפ, אדער דורך א פארצייטישן טעלעפאן-קאל, אדער דורך א טעקסט אין א פאל פון נויט, אדער סתם אים אנזאגן ער זאל ווארטן פונקטליך ביי אייער דרייוועי, און איר גייט ארויסקומען אין פינף מינוט.

אין מאנהעטן וועט דער דרייווער זיין ביי אייך שנעלער ווי אן ארבעטס-יונגערמאן דאווענט מנחה אויף זיין ברעיק.

דא איז נישט פארהאן אז דער דרייווער שיסט א פרייז לויט אייער בארד; דא איז אלעס כתוב וחתום. ער קען אייך נישט פארקויפן אז ער ווארט אינדרויסן פון אייער הויז שוין צען מינוט – אלעס זעט מען פונקטליך.

נאך איינע פון די מעלות: טאמער ווילט איר שיקן אייער ארבעטער ערגעץ וואו, און ער האט גערופן די קאר פון זיין עפ, קען ער אייך באקוועם אהיימשיקן דעם ביל, און איר קענט נעמען די קאסטן אויף אייך, צו אייער אקאונט. אזוי אויך קענט איר זיך צעטיילן האלב/האלב מיט וועמען אימער. אויך קענט איר שיקן אייער לאקאציע פון דער עפ צום ווייב וואס ווארט אייך אפ, זי זאל וויסן אז זי האט צען מינוט ביז מורינו שטילע קומט אן, און די סאפער זאל זיין גרייט אויפ'ן טיש. (מ'קען דאס טוהן דורך וואטסעפ אויך, אבער דא דארף מען פאמפען אובער, ששששש...)

איר קענט למשל זיצן אין אייער אפיס אין 11211 און רופן א טעקסי פאר אייער ווייב וואס געפינט זיך יעצט אין פלארידע און דארף וויכטיג אנקומען פונעם האטעל צום "בעל הארבער מאל" אויסקנאקן אייערע לעצטע פאר זלאטעס. איר קענט במשך דער גאנצער צייט מיטהאלטן די רייזע און זען פונקטליך וואו מ'האלט אינעם וועג, און אזוי אויסרעכענען אז איר האט נאך אפאר מינוט ביז די קרעדיט-קארטלעך גייען זיך סווייפן א מחיה.

מסכת אובער

כ'האב אמאל גערופן אן אובער פאר מיין טאטן, א פארצייטישן איד. כ'האב אים אנגערופן אויפ'ן סעלפאון און געזאגט: "טאטע לעבן, יעצט ביסטו אויף קאלינס עוועניו, גלייך גייסטו זיך אריינדרייען אין 43סטע, באלד קומסטו אן צום בית המדרש – אבער יעצט כרגע שטייסטו ביי א רויטער לייט ביים קארנער." ער האט געמיינט ער שפרינגט ארויס פון דער הויט; ער האט נישט פארשטאנען וויאזוי איך האלט מיט אזוי פונקטליך.

ווען ער האט געענדיגט די רייזע, פרעגט ער דעם דרייווער וויפיל עס קומט זיך. דא האט זיך אנגעהויבן א שטיקל געפעכט. דער דרייווער זאגט: "כ'בין שוין באצאלט." מיין טאטע, פון אונגארישן אפשטאם, וויל נישט הנאה האבן פון א גוי, און זאגט: "Thanks, אבער כ'נעם נישט בחנם, כ'וויל באצאלן!" יענער זאגט ווידער אז ס'איז שוין באצאלט, און מיין טאטע האט זיך געשפארט מיט אים, נישט מסכים געווען, ביז ער האט מיך אנגערופן. גיי לערן מיט א פארצייטישן איד מסכת אובער.

אחרון אחרון חביב: כ'האב שוין געשריבן אסאך אין שטיבל איבער קאסטומער-סערוויס, און איך האב אפילו געעפנט אן אשכול דערויף, און ס'איז טאקע אריין אין די ארומע פון סוכות.

א מענטש מוז זיין פאראנטווארטליך פאר זיין ארבעט; א מענטש קען נישט טוהן אן ארבעט און דערנאך נעלם ווערן אין דער דינער לופט. מ'דארף יענעם קענען "טרעקן"; יענער דארף האבן וואס צו פארלירן, טאמער פירט ער זיך נישט אויף כנהוג, אדער טאמער ער מאכט א שוואכע דזשאב.

און דאס איז וואס געפעלט מיר ביי אובער: יעדער דרייווער ארבעט מיט א "רעיטינג". דאס מיינט, איידער איר בעט די קאר, קענט איר זען וויאזוי אנדערע פאסאזשירן האבן אפגעשאצט דעם דרייווער.

דער דרייווער ציטערט דערפון פחד מוות, פשוט ווייל איר שטייגט אריין אין א קאר פון איינעם וועמען איר קענט נישט, און א שוואכער רעיטינג קען מיינען אז יענער איז א שמוציגער יונג – און ס'קען פונקט אזוי מיינען אז בסך הכל איז זיין קאר געווען שמוציג פון אינדרויסן. אבער איך, למשל, וועל קיינמאל נישט אויסקלויבן א דרייווער וואס האט נישט קיין פולע 5 שטערן.

ווייל דער דרייווער האט מורא דערפון, טוהט ער פאר אייך אלעס שייך כדי איר זאלט זיין הונדערט פראצענט צופרידן. למשל: די קאר איז אייביג אויסגעפוצט ריין, מבפנים ומבחוץ; געווענליך, טאמער איז די רייזע א לענגערע, וועט ער אייך פרעגן צי איר ווילט מוזיק, און ער וועט צושטעלן די מוזיק וואס איר גלייכט, פון פאפ ביז קלאסיש.

טאמער וועט דער דרייווער זען אז איר זענט ביזי און רעדט אויפ'ן סעל, וועט ער זיצן איינגעהאלטן, און נישט חלילה רעדן אויף זיין סעל אדער אייך שטערן מיט סיי וואס. ער וועט זיך אין יעדן פאל רעכענען מיט אייך, איר זאלט האבן א געשמאקע רייזע. טאמער ווילט איר עיר-קאנדישאן, וועט ער עס תיכף אנצינדן – נישט ווי ביי "אמונה", וואו א דרייווער האט מיר אמאל פארלאנגט 2 דאלער עקסטרע.

איינע פון די הונדערטער מאל וואס כ'האב זיך באנוצט מיט אובער, איז מיין סעל געווען אין א קריטישן צושטאנד און געהאלטן ביי כלות הנפש. דער דרייווער האט מיר זאפארט אנגעבאטן א טשארדזשער פאר'ן טעלעפאן, נאכ'ן זען אז איך מוטשע זיך. דאס וואלט קיינמאל נישט געשען אין די סרוחה'דיגע מונקאטש, טשורדש, אמונה.

נאך א גרויסע מעלה: ווען איר ענדיגט די נסיעה, דארפט איר נישט קלעטערן אין קעשענע פאר א פינפער מיט אפאר סינגלס. איר ווינטשט אייער שאפער א גוטן טאג און שטייגט ארויס פון דער קאר; דאס געלט גייט אראפ פונעם קרעדיט-קארטל אויטאמאטיש. דערנאך בעט מען אייך איר זאלט אפשאצן דעם דרייווער; דאכט זיך, איר מוזט יענעם אפשאצן, איר קענט עס נישט איבערשפרינגען.

אובער היינט

אובער ארבעט כהיום כמעט איבער דער גאנצער וועלט, און זיכער דארט וואו איר גייט אמאל אנקומען. עס לויפט אין איבער 400 שטעט, און די מספרים שטייגן נאר. יעדע פארשטופטע שטאט וואס איר קענט אויף דער מאפע האט אובער אין קראפט א גרויסן שטאב קארס: פון פוילן, מעקסיקא, אויסטראליע, כינע, אינדיע...

זיי האבן כהיום איבער 350 טויזנט דרייווערס אין די פאראייניגטע שטאטן אליין – דאפעלט פון א יאר פריער. ס'הערשט שוין דער סלענג "I'll Uber to you around 5 o'clock", א בחינה פון "I'll google it for you".

אובער צעטיילט זיך מיט'ן דרייווער: צוואנציג פראצענט פאר אובער און אכציג פראצענט פאר'ן דרייווער. דער דורכשניטליכער דרייווער אין ניו יארק מאכט בערך 30 דאלער א שעה. לויט געוויסע שטודיעס זענען זיי גאנץ צופרידן מיט דער דזשאב: זיי קענען ארבעטן ווען זיי ווילן, און דארפן נישט אריינפאנטשן דאס קארטל; רוב דרייווערס זענען פארט-טיים ארבעטער.

אובער צאלט נישט פאר קיין קאר, גאז, טאלס, אינשורענס וכו'. זיי געבן ניטאמאל די אפציע צו געבן א טיפ נאך דער נסיעה, און דאס געפעלט נישט די דרייווערס. זיי זאגן אז אין א שטודיע וואלט א מענטש צוגעלייגט א דאלער צוויי אויף דער עפ נאכ'ן ענדיגן די נסיעה, איידער צו געבן מזומן נאכדעם וואס די נסיעה האט זיך געענדיגט. פשוט: טאמער מ'צאלט, גיט מען א טיפ, אבער אליין צו פרעגן א טיפ איז נישט עטיש.

אבער מיינט נישט אז דער CEO זיצט אויפ'ן סקווירער רבי'נס שטול און עסט זכר-באנדלעך. ס'האט זיך גענומען א "מומענט" פון suing Uber: ער האט יעדן יום הקריאה נאך א מענטש וואס נעמט אים אין קאורט. און דאס איז חוץ וואס "אלע" גרויסע שטעט האבן אים געפרובירט צו פארמאכן, ווייל ער ברענגט אראפ די ביזנעס פון די געלע טעקסיס, ווי למשל ביי אונז אין ניו יארק. אין אסאך שטעט זענען אפילו געווען גרויסע ראליס, וואו די טעקסי-דרייווערס האבן פארמאכט די הייוועי אלס מחאה; אבער ס'האט זיי נישט געהאלפן קיין פודנו ומצילנו – זיי קענען גיין האקן בערן אויפ'ן ים סוף, פשוט ווייל די גאנצע זאך ווערט געפירט אויפ'ן וועב, און דער עולם, דרייווערס און קאסטומערס, טרעפן זיך אן פרעגן קיינעם צוויי מאל.

ווען באקאנטע לייט, ווי סעלעבריטיס, האבן זיך אויסגעדריקט קעגן אובער, האט אובער געצאלט גרויס געלט פאר אטוירנים און אינוועסטיגעטארס צוריקצוכאפן יענעם פערזענליך. זיי זענען ווילדע חברה, און האבן שנעל געשטעלט א טאן: "שטיי אוועק פון מיר, טשעפע א צווייטן".

זיי האבן אויך געהאט שווערע לא-סוטס פון פריוואטע מענטשן [פארקירצט], אבער די קאמפאני איז געווען באווארנט: זי האט נישט גענומען די דרייווערס אלס ארבעטער, נאר געמאכט קאנטראקטן מיט'ן דרייווער, אזוי אז וואס אימער עס פאסירט איז נישט איר אחריות. און אזוי האבן זיי זיך אויך אויסגעדרייט פון צאלן "טיים און א האלב" פאר אווערטיים.

איינמאל איז געווען אז א דרייווער אין סאן פראנציסקא איז איבערגעפארן א מאמע מיט צוויי קינדער, און געהרג'עט איין קינד אויפ'ן פלאץ. די משפחה האט זיך גענומען צו אובער'ס ביינער. אובער האט גלייך ארויסגעלייגט א סטעיטמענט אז מ'האט תיכף צוגענומען פונעם דרייווער די ערלויבעניש צו פארן, און אז זיי האבן אים גוט "געסקרינט" איידער ער איז אנגענומען געווארן, און געזען אז ער איז ריין פון א פשע. למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער דרייווער איז יא שוין אמאל ארעסטירט געווארן פאר "רעקלעס דרייווינג", נאר ס'איז געווען מיט 7 יאר צוריק, און קאליפארניע ערלויבט נישט א פריוואטער קאמפאני נאכצוגיין א מענטש מער ווי 7 יאר. אין יענעם פאל האט אובער געמאכט א "סעטלמענט" מיט דער משפחה, אויף א סכום וואס איז נישט באקאנט פאר המון עם. כ'גלייב ס'איז געווען היפש מער ווי ס'קאסט די זכות פון שער-שרייבער אויפ'ן תלמוד תורה בנין.

א שווערע קאורט-קעיס שפילט זיך אפ די טעג: אסאך אובער-דרייווערס האבן זיך צוזאמגענומען און סו'ען אובער, און פארלאנגען מ'זאל זיי צאלן הוצאות ווי גאז וכדומה. אובער האט פארלאנגט אז דער דזשאדזש זאל אפשטופן דעם קעיס, אבער מ'האט זיי אפגעזאגט. אין א סטעיטמענט האבן זיי געזאגט אז קיין דרייווער איז נישט קיין אנגעשטעלטער, נאר מ'מאכט א קאנטראקט מיט'ן דרייווער; והא ראיה: יעדער קען דרייווען ווען ער וויל, און איז נישט געבונדן צו שעות. דער אטוירני פאר די דרייווערס האט געענטפערט אז ס'מאכט נישט אויס צי זיי זענען פארט-טיים אדער נישט – למעשה זענען זיי "עמפלויד". Time will tell.

די קאמפאני איז ווערט כהיום צווישן 60 און 70 ביליאן דאלער – יא, יא, איר האט גוט געהערט, ביליאן מיט א ב. דאס מיינט אז די קאמפאני איז היינט ווערט מער ווי קאסטקא, האנדא, טיים-ווארנער קעיבל; און פארגעסט נישט, די אלע קאמפאניס דרייען זיך שוין פון מתושלח'ס צייטן, בשעת אובער איז כהיום נאך נישט "געטרעינט" אויף ביהכ"נ אין די נאכט-שעה'ן.

אנגעהויבן האט ער מיט "פאנדינג" פון 200 טויזנט אין יאר 2010 – בערך וויפיל ס'קאסט א קוואדראט-פוס אין בארא פארק. אין יענעם יאר האט ער שוין געמאכט רווחים פון איבער א מיליאן, און א יאר שפעטער שוין 44 מיליאן. טרעוויס קאלאניק, דער CEO, ווערט געשאצט אויף איבער 6 ביליאן דאלער, און די נומערן טוהן נאר שטייגן.

בלייבט איבער צו בענטשן כלל ישראל: אידישע קינדער זאלן זיין גרויסע ביליאנערן, זאלן זיין גרויסע עשירים! מרדכי איז דאך א גלגול פון יעקב... אמת, ר' מאיר, איר זענט מסכים צו האבן אזויפיל געלט ווי טרעוויס? אמת?? איר אויך...? יא????? ר' משה, איר אויך... ר' משה קען אויך באשטיין צו האבן אזויפיל געלט ווי טרעוויס.

דער אויבערשטער זאל העלפן ס'זאל זיין עשירות ביי אידישע קינדער, אידישע קינדער זאלן זיין ביליאנערן! (קרעדיט: אב"ד קרית יואל והגלילות.)

דיסקליימער פונעם מחבר

א ווארט צו מיינע אידישע ברידער, אשריהם, וואס פארמאגן נישט קיין "סמארטפאון": איך וויל נישט חס ושלום אז דורך מיינע רייד זאלט איר באקומען חשק איינצוהאנדלען אזא טעלעפאן. גלייבט מיר אויפ'ן ווארט: אובער איז נישט אזוי גוט, און די בארא פארקער טעקסיס זענען נישט אזוי שלעכט ווי איך האב זיי דא אראפגעלייגט – מ'דארף דאך מאכן דעם ארטיקל קאלירפול. און געדענקט: היטן די תורה איז נישט אלעמאל באקוועם; אמאל מיינט עס פארן א קורצן וועג מיט נישט דער באקוועמסטער קאר. נו, נישט די ערשטע זאך וואס מיר טוהן פאר אידישקייט.

מקור: kaveshtiebel.sites.tab.bot/t/10487.html

צוריק צו נומער 3 PDF אראפלאדן (430 KB)