ארטיקלהיסטאריע

פרעזידענט לינקאלן פון אן אידישן בליק

דער "אויפריכטיגער עיב", זיינע אידישע פריינט, און א שבת חול המועד פסח אין 1865

קאווע שטיבל, "פה-סח" אויסגאבע (תשע"ו)ונבנתה העיר2טן מאי 2016
אברהם לינקאלן, פאטאגראפירט פון אלעקסאנדער גארדנער אין וואשינגטאן, דעם 8טן נאוועמבער 1863 – צוויי וואכן פאר דער רעדע אין געטיסבורג. (פובליק דאמעין)
אברהם לינקאלן, פאטאגראפירט פון אלעקסאנדער גארדנער אין וואשינגטאן, דעם 8טן נאוועמבער 1863 – צוויי וואכן פאר דער רעדע אין געטיסבורג. (פובליק דאמעין)
אברהם לינקאלן איז אומגעברענגט געווארן אום שבת חול המועד פסח תרכ"ה. אין דער פסח-אויסגאבע פון קאווע שטיבל האט ונבנתה העיר געשריבן זיין לעבנס-געשיכטע – מיט די אידן וואס זענען אים געשטאנען נאנט.

וויפיל פיס האט א הונט אויב דו רופסט זיין עק א פוס?

פיר, ענטפערט "האנעסט עיב" – זאגן אז אן עק איז א פוס מאכט עס נאך נישט פאר א פוס...

"האנעסט עיב" (דער אויפריכטיגער עיב-ראהאם) – דאס איז דער כמעט-אפיציעלער צונאמען מיט וועלכן פרעזידענט אברהם לינקאלן איז באקאנט. ער איז געווען אויפריכטיג ביז ווייטאג.

דאס יאר איז 1865, דער טאג איז דער 4טער מערץ, בלויז געציילטע וואכן איידער דער באליבסטער פרעזידענט אין דער היסטאריע וועט אומגעברענגט ווערן. טויזנטער מענטשן זענען פארזאמלט ארום די מייעסטעטישע טרעפ פונעם קאפיטאל-געביידע אין וואשינגטאן.

דער זעכצנטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פייערט די איינשווערונג פון זיין צווייטן טערמין, אבער אויפ'ן סדר היום שטייט איין און איינציגע זאך: די ביטערע ציווילע קריג וואס צערייסט דאס לאנד.

די קריג, וואס האט זיך אנגעהויבן אין 1861, וועט זיין די טויטליכסטע קריג פאר אמעריקאנער – און נישט סתם די טויטליכסטע: ווען זי וועט זיך ענדיגן, וועלן אומגעקומען זיין בערך אזויפיל מענטשן ווי אין אלע אנדערע אמעריקאנער מלחמות צוזאמען – יא, אויך די צווייטע וועלט-קריג.

דער פרעזידענט שפירט אז די מעשה שמעקט מיט'ן טויט. נישט לאנג צוריק האט ער געזאגט פאר א פריינט אז די קריג שעפט אים אויס דאס חיות, און ער שפירט אז ער וועט זי נישט איבערלעבן. וואס ער ווייסט נישט, איז אז א קאלטבלוטיגער רוצח וועט אים דערשיסן בלויז עטליכע טעג נאכדעם וואס די קריג קומט צו אן ענדע.

און דער רוצח געפינט זיך היינט צווישן די פארזאמלטע. יא, דער אקטיאר און דרום-סטעיטס סימפאטיקער דזשאן בוט איז אויך געקומען הערן דעם פרעזידענט'ס רעדע. ער האט געכאפט א גוטן ארט אויפ'ן באלקאן, אביסל העכער פון וואו דער פרעזידענט שטייט, און הערט זיך צו צו יעדן ווארט.

פון א הייזקע אין קענטאקי

אברהם לינקאלן איז געבוירן געווארן צו זיין טאטן און מאמען, טאמעס און נענסי לינקאלן, אין פעברואר 1809, אין אן איין-צימערדיגע הייזקע אין קענטאקי. ער איז אויפגעוואקסן אין א פשוטן שטייגער, כמעט אן קיין פארמאלע בילדונג – צו אלעם האט ער זיך אליין דערקראצט.

"ס'איז נישט קיין נפקא מינה ווי הויך דיין זיידע איז געווען; דו מוזט אליין וואקסן," וועט ער אמאל זאגן. אדער: "איך ווייס נישט ווער מיין זיידע איז געווען; איך בין אסאך מער באזארגט צו וויסן וואס זיין אייניקל וועט זיין."

לאנג איז ער געווען ווי דער גלות – גאנצע 6 פוס און 4 אינטשעס – און פאר שיינקייט איז מען נישט געקומען צו אים. זיין באקאנטע בארד האט ער זיך געלאזט וואקסן ווען ער איז געלאפן פאר פרעזידענט אין 1860, לויט דער עצה פון אן עלף-יעריג קינד פון ניו יארק, וואס האט אים געשריבן א בריוו אז עס וועט פארבעסערן זיין אויסזען. ווען מ'האט אים אמאל באשולדיגט אז ער איז א צוויי-פנים'דיגער, האט ער געענטפערט: "ווען איך וואלט געהאט א צווייט פנים, מיינסטו אז איך וואלט געטראגן דאס וואס איך טראג?"

אין 1854 איז ער געווען צווישן די וואס האבן אויסגעפארעמט די פריש-געגרינדעטע רעפובליקאנער פארטיי: "די רעפובליקאנער זענען פאר ביידע, דעם מענטש און דעם דאלער; אבער ווען די צוויי שטייען אין קאנפליקט – דער מענטש פאר'ן דאלער."

אברהם קאהן'ס פאן

אברהם קאהן איז געבוירן געווארן אין דייטשלאנד. אין 1842 איז ער אוועקגעפארן זוכן זיין גליק אין דער נייער וועלט, און צוויי יאר שפעטער איז ער שוין געווען א סטאר-אייגנטימער אין שיקאגא. אין 1847 איז ער געווען איינער פון די פערצן גרינדער פון דער ערשטער קהילה אין גאנץ "מיד-וועסט". ווען לינקאלן איז דאס ערשטע מאל געלאפן פאר פרעזידענט, איז קאהן שוין געווען א הייסער שטיצער זיינער.

אויסצודריקן זיין שטיצע, האט קאהן געלאזט מאכן אן אמעריקאנער פאן פון זייד, און אויף די ווייסע שטרייפן האט ער אויסגעשריבן פסוקים פונעם ערשטן קאפיטל אין יהושע – "לא יתיצב איש לפניך כל ימי חייך... חזק ואמץ, אל תערוץ ואל תחת, כי עמך ה' אלקיך בכל אשר תלך" – און עס אפגעשיקט אלס א פערזענליכע מתנה פאר לינקאלן. דער פרעזידענט האט אים באלד צוריקגעשריבן א דאנק-בריוו.

"אויף דער זייט פון גאט"

"מיין זארג איז נישט צי גאט איז אויף אונזער זייט; מיין זארג איז אז מיר זאלן זיין אויף דער זייט פון גאט."

בכלל איז לינקאלן געווען שטארק אויסגעקאכט אין תנ"ך, און ער פלעגט זיך כסדר באנוצן מיט די לשונות פון די פסוקים. "מיין זארג איז נישט צי גאט איז אויף אונזער זייט," האט ער געזאגט ווען מ'האט אים געפרעגט וועגן דער ציווילער קריג, "מיין זארג איז אז מיר זאלן זיין אויף דער זייט פון גאט."

ביי זיין געזעגענונג-רעדע אין אילינאי, אין 1861, ווען ער איז אפגעפארן קיין וואשינגטאן איבערצונעמען די פרעזידענטשאפט איבער א צעקריגט פאלק, האט ער געזאגט: "אן דער הילף פון יענעם געטלעכן באשעפער קען איך נישט מצליח זיין. מיט זיין הילף קען איך נישט דורכפאלן."

אין דער מלחמה קעגן קנעכטשאפט האט ער געטראכט פאר זיין צייט: "ווען נאר איך הער איינעם זיך אננעמען פאר קנעכטשאפט, שפיר איך א מורא'דיגן דראנג עס צו זען אויסגעפרואווט אויף אים אליין..."

גענעראל גראנט'ס באפעל

דער באקאנטסטער מגע וואס לינקאלן האט געהאט מיט זיינע אידישע בירגער איז מן הסתם דער עפיזאד ווען זיין גענעראל, און שפעטער פרעזידענט, יוליסיס גראנט, האט אינמיטן דער קריג, אין 1862, ארויסגעגעבן זיין "גענעראל ארדער 11", אין וועלכן ער האט פארטריבן די אידן "אלס א קלאס" פון א געוויסער געגנט, נאכדעם וואס ער האט באשלאסן אז זיי שמוגלען פארבאטענע סחורה – דער איינציגער אפיציעלער אנטיסעמיטישער אקט אין דער היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן.

ווי נאר דער פרעזידענט האט געהערט פון דעם שאנדפולן באפעל, האט ער גלייך געזען אז מ'זאל עס מבטל זיין. איינער פון די אידן האט דערציילט פון זיין שמועס מיט לינקאלן:

לינקאלן אהא, איז די בני ישראל זענען ארויסגעטריבן געווארן פונעם גוטן לאנד כנען?
דער איד יא, און דערפאר זענען מיר געקומען צום טאטן אברהם'ס שויס, זוכנדיג שוץ...
לינקאלן און די שוץ זאלן זיי גלייך באקומען.

פיר סקאור און זיבן יאר

די רעדע פאר וועלכער ער וועט געדענקט ווערן איז די רעדע אין געטיסבורג, אין נאוועמבער 1863, איינע פון די קורצסטע און שטארקסטע רעדעס אין דער היסטאריע. "פיר סקאור (א סקאור = 20 יאר) און זיבן יאר צוריק האבן אונזערע עלטערן אויפגעשטעלט אויף דעם קאנטינענט א ניי פאלק, געבוירן אין פרייהייט, און געווידמעט דעם געדאנק אז אלע מענטשן זענען באשאפן געווארן גלייך," האט דער פרעזידענט אנגעהויבן. א קארגע צוויי מינוט שפעטער האט ער געענדיגט: "...אז דאס פאלק, אונטער גאט, זאל האבן א נייע געבורט פון פרייהייט, און אז א רעגירונג פונעם פאלק, דורכ'ן פאלק, פאר'ן פאלק, זאל נישט פארגיין פון דער וועלט."

דער היסטאריקער פראפעסאר מארק שאפערשטיין שלאגט פאר אן אינטערעסאנטע טעאריע: אז די בארימטע ווערטער "פיר סקאור און זיבן יאר צוריק" האט דער פרעזידענט געבארגט פון א רב. הרב שבתאי מורייס, געבוירן אין ליווארנו אין איטאליע, איז געווען רב אין דער קהילה "מקוה ישראל" אין פילאדעלפיא, א שטארקער קעמפער קעגן דער רעפארם-באוועגונג און א פייערדיגער אנהענגער פון לינקאלן.

דער 4טער יולי, דער אמעריקאנער יום העצמאות, איז אין 1863 אויסגעפאלן שבת שבעה עשר בתמוז, ווען נישט ווייט פון דארט איז געגאנגען די שווערע שלאכט ביי געטיסבורג און קיינער האט נאך נישט געוואוסט ווער עס געווינט. מ'האט דעם רב געבעטן דרש'ענען אויפ'ן פסוק "וקראתם דרור בארץ", אבער ווייל עס איז געווען י"ז בתמוז, האט ער גערעדט אויפ'ן פסוק "יום צרה ותוכחה ונאצה היום הזה". אינמיטן דער דרשה האט ער דערמאנט דעם יום העצמאות, "וואס האט פיר סקאור און זיבן יאר צוריק געברענגט צו דער נייער וועלט ליכטיגקייט און פרייד". דריי חדשים שפעטער האט דער פרעזידענט גענוצט דעם גענויען לשון פון דער שוין-געדרוקטער דרשה.

שבת חול המועד פסח

פינף טעג פאר'ן סוף, דעם 9טן אפריל 1865, האט זיך דער קאנפעדעראטישער גענעראל ראבערט לי אונטערגעגעבן צו גראנט. פרייטאג, דעם 14טן אפריל, ערלויבט זיך דער פרעזידענט א פריוואטע פארט ארום דער שטאט. "דו ווייסט," דרייט ער זיך פלוצלינג אויס צו זיין ווייב, "איך וואלט נאך געוואלט זען ירושלים פאר מיין טויט." סתם ולא פירש.

נאך לאנגע שלאפלאזע יארן פון קריג, ערלויבט מען זיך אביסל צו צעשטרייען. דער פרעזידענט איז איינגעלאדן אויף יענעם אוונט צו א פארשטעלונג אין "פארד'ס טעאטער". דארט, אויף דער גאלעריע, איז דא א באזונדערער צימער פאר'ן פרעזידענט. דוקא יענע נאכט פלאנט נאך איינער צו זיין אין דעם צימער: דער אקטיאר דזשאן בוט. ער קען גוט דעם בנין, און ער רעכנט אויס זיין אקט אויף א סעקונדע – ווען דער עולם צעלאכט זיך. לינקאלן ווערט געשאסן אין קאפ.

דער שטערבלעך-פארוואונדעטער פרעזידענט ווערט אריבערגעטראגן אין א הויז אויף דער אנדערער זייט גאס. צוליב זיין געוואלדיגער לענג לייגט מען אים אויף דער בעט אויף די קווער. די גאנצע נאכט ראנגלט ער זיך מיט'ן טויט, און צוקאפנס שטייט דער אידישער דאקטאר טשארלס ליבערמאן, א רוסישער אימיגראנט, און נעמט נישט אראפ קיין אויג פון זיין פאציענט. עס העלפט נישט; 7:22 אינדערפרי, שבת חול המועד פסח, אטעמט אברהם לינקאלן דאס לעצטע מאל.

עס איז שבת אינדערפרי, דער דריטער טאג חול המועד פסח תרכ"ה. אין צאנז לויפט מען אין מקווה, און אין ניו יארק איילט מען זיך אין שול אריין. עס נעמט נישט לאנג און די שרעקליכע ידיעה דערגרייכט אומעטום. אין א שול אויף דער צוועלפטער גאס, באריכטעט די "ניו יארק טיימס", פרובירט דער רב צו זאגן אפאר ווערטער, אבער ער קען פון צער נישט צוקומען צום ווארט.

צוויי חדשים שפעטער שרייבט הרב שבתאי מורייס א בריוו, אז זיין קהילה האט צונויפגעשטעלט די סומע פון דריי הונדערט דאלער – א שיינע סומע אין יענע טעג – אויף א מאנומענט לזכרו פונעם פרעזידענט.

מקור: kaveshtiebel.sites.tab.bot/t/10425.html

צוריק צו נומער 3 PDF אראפלאדן (430 KB)