השבת אבידה – די פארלוירענע שעה
יעדעס יאר די זעלבע זאך: מ'רעדט, מ'גרייט זיך און מ'יובל'ט אויפ'ן געווינס וואס גייט קומען מוצ"ש זייגער צוויי. מ'טריאומפירט איבער אן עקסטערע שעה וואס ווערט צוגעלייגט אויפ'ן זייגער, און די געווענליך פארנומענע אידן, וואס האבן א פולן סקעדזשול פאר די אזוי אויך פארנומענע 24 שעה פונעם זייגער, הייבן אן אראפצוציפן מינוטקעלעך כדי אויפריכטיג צו פלאנירן די עקסטערע שעה וואס הקב"ה שענקט אונז.
אלזא, ווי אלעמאל, בין איך געזעסן מער ווי איין שעה און געקראצט דעם קאפ: וואס קען איך אלץ טוהן אין דער איבריגער שעה וואס איך וואלט ווען אזוי וויכטיג געדארפט פיל מאל? איך פרוביר איבערצוקוקן מיין קאלענדער און זען וואו עס זענען די אנגעשטרענגטע שעות וואס איך האב אזוי שטארק געוואלט פארלענגערן, און לאמיר זען צי די איבריגע שעה וועט ארויסהעלפן אין דעם שעת הדחק.
איך קוק צוריק אויף חודש תשרי פון פאראיאר. באמת הייב איך אן נאך ביי סליחות, ווייל איך געדענק אז עס איז געווען "אנגעצויגן מיט צייט". איך קוק מיך ארום וואו איך קען דארט אריינווארפן די איבריגע שעה. אה, פינף אזייגער סליחות... איך מיין אז דאס איז גענוג פאר מיר. איך וויל נישט קיין עקסטערע שעה דארט. נעקסט, פליז.
עס איז ערב ראש השנה, מ'זאגט צוויי שעה סליחות. איך מיין אז ס'איז אויך גענוג. הגם די לעצטע מינוטן פאר'ן זמן זענען יא עפעס אנגעשטרענגט, אבער נאך א טאג פון 11 לאנגע שעה, אז ס'האט נישט געלינדערט די שמערצן, וועט איין שעה שוין נישט אויסמאכן.
דאס דאווענען ראש השנה איז אזוי אויך גענוג לאנג, און אפילו אין דער פויזע וואלט איך נישט אריינגעשטופט נאך א שעה. שלאפן קען מען נישט, עסן וויל מען נישט, דאווענען דאוונט מען נישט; נו, די 30 מינוטיגע פויזע דינט פונקט גוט פאר וואס מ'דארף איר. נעקסט, פליז.
צום גדליה, פאסטן נאך א שעה? נע! נישט קיין עסק פאר מיר.
כפרות שלאגן? תשליך? יום כיפור? וכו'. איך קען נישט טרעפן די שעה ווען עס איז די ריכטיגע צייט אריינצושטופן אן עקסטערע שעה. אלעס קוקט אויס אזוי פערפעקט, און פונקט וויפיל מ'ברויך.
נו? וואס טוהט מען דא? איך קריג אן עקסטערע שעה, און איך ווייס נישט וואס צו טוהן מיט איר.
הכלל, איך זיץ און איך שפעקוליר: אפשר וועט אן עקסטערע שעה אין דער ארבעט ברענגען עקסטער געלט? געלט איז דאך עפעס וואס אין אמעריקע האט א שייכות מיט דער שעה – טיים איז מאני...
דא איז וואו דער מח גיט זיך מיר א וועק אויף. וועלכע שעה אין דער ארבעט איז די מערסטע פראדוקטיוו? און וויאזוי קען איך באמת טרענספערירן א שעה פון א מוצ"ש ביינאכט צו א העפטיגער ארבעטס-שעה פון א מאנטאג אדער דינסטאג?
מיט אביסל התבוננות איז עס געלונגען, און איך מיין אז די שעה האט זיך אויסגעצאלט. די שמחה פון דער עקסטערער שעה וואס מיר קריגן איז דאך עפעס פון וואס מ'קען זיך ארויסלערנען און דערפון ציען א פאראלעל צו דער גאנצער יעריגער התנהגות.
איך קוק מיך אום אין דער ארבעט צווישן די ארבעטער ארום מיר, און צווישן די אנדערע גוטע פריינט און קרובים, פון וועמען איך הער צומאל בערך די זעלבע שפראך. מ'טרעפט זיך אויף א שמחה, אדער סתם אזוי אין א גוטמוטיגן שמועס, און יעדער פארציילט פון זיינע איבערלעבענישן פון טאג: איינער רעדט פון די שוועריגקייטן מיט'ן בעל הבית זיינעם, א צווייטער פון א קאלעגע אין דער ארבעט, און א דריטער סתם אזוי איבער דער שווערער ארבעט וואס ער האט. און צוזאמען איז מען זיך מחזק, און עס ווערט אויפגעוויזן אז יענעמ'ס גראז איז באמת נישט גרינער.
אה, ווען איך וויל אריינווארפן אן עקסטערע שעה, איז עס אמאל א גרעסערע לאנטש-פויזע, אדער אמאל פריער אהיימגיין, אדער שפעטער קומען. ווידעראום פאר די בעלי בתים שבתוכינו: אמאל אן עקסטערע שעה נאכצוקומען די ארבעט און נישט דארפן פרייטאג בלייבן לענגער, אדער אוועקנעמען די אומענדליכע שעות ביינאכט וואס מ'מוז אמאל בלייבן אין אפיס ענדיגן א פראיעקט. יא, איך האב וואו צו לייגן מיין שעה.
ביז אהער האב איך געשריבן טראכטנדיג פון תשנ"ב. אבער ווען איך האב מיך אויפגעשטעלט א צופרידענער און געוואלט פארשליסן דעם פאקט אז מ'גייט צולייגן א שעה, און ראטן די חברים אין וועלכע שעות עס אריינצושטעלן, באמערק איך אויפ'ן לוח, אזוי אוועקלייגנדיג, אז מ'האלט שוין תשע"ה.
דאס גאנצע בילד האט זיך געטוישט, און איך האב מיך צוריקגעזעצט אנטוישט...
תשע"ה. צו וועמען זאל איך זיך ווענדן? פאר וועמען זאל איך צולייגן א שעה? פאר וועמען איז נאך א שעה טייער?
יא, יעדער יאגט זיך, יעדער פלאגט זיך. אבער לאמיך צוריקגיין צו מיין שמועס מיט די זעלבע חברים און הערן וואס זייערע זארגן זענען, און זען צי איך קען קומען מיט מיין "חכמה עצומה" פון צולייגן א שעה צו העלפן אין זייער נויט.
מ'שטייט א קבוצה און מ'שמועסט. פון וואס? פון די נייעס, פון א פרישן קליפ, פון א מעסעדזש וואס איז ארומגעפארן, פונקט היינט געזען, איינער האט געשיקט, געזען ביי א חבר, וכו'. יעדער מיט אנדערע תירוצים. און איך וואונדער זיך.
דארפן מיר טאקע אן עקסטערע שעה? אדער קענען מיר ספאנסערן אפאר שעה פאר אן אנדערן וואס ארבעט נאך יא שווער?
אויב דארפן מיר טאקע אזוי וויכטיג אן עקסטערע שעה – נוצן מיר די שעות וואס מיר האבן?
מיר זענען באזעסענע אידן און ערוואקסענע בני אדם. וואלטן מיר דען נישט געדארפט איבערקוקן יעדן טאג די שעות, און זען וויפיל פונקטליך פון די שעות ווערן באמת גענוצט, און וויפיל פון די שעות נוצן אונז אויס איידער מיר נוצן זיי אויס?
וויפיל שעות זענען מיר מאבד לדעת, אז מיר פרייען זיך אזוי מיט אן עקסטערער שעה?
השבת אבידה: איך האב אייך געפונען אסאך שעות. קומט און נעמט זיי בחפץ לב, און לאמיר זיי נוצן צוזאמען אין פריידן אויף גוטע און ווערטפולע מעשים.
וזאת למודעי: דאס איז נישט געשריבן געווארן לשם מוסר, נאר לשם התבוננות; נישט פאר מיר, נישט פאר דיר, און נישט פאר יענעם, נאר פאר ווער עס וויל א רגע קלערן דערוועגן. בתקוה להבנה.