ר' מאטל דער וויין-מבין
א פרייטאג אין שמש'ס שטיבל, און א שבת-טיש מיט א פלעשל קאבערנעי
ר' מאטל מאכט זיין וועג ארויס פון מקווה און גראד כמנהגו אויס דעם שליים פון מויל מיט אזא גריטשע ווי ער זאל ווען איצט פראבירן סטארטן אן אלטן סטאנציע-וואגאן. נאך אלעם מאכט ער בלויז גרייט א געשמירטע עפענונג צו די לונגען, האבנדיג געהאלטן דעם גוף מיט דער נשמה אינאיינעם פאר'משכונ'ט אין א דאמף-געשטיקטן צימער פון א פרייטאג נאכמיטאג.
די האר-פארפאנצערטע בעקלעך זענען אים רויט ווי ביי א פרה אדומה; די צעשויבערטע בארד שטייט גרייט פאר א מאסיווער רענאוואציע, און אין דער לינקער האנט ליגט ביי עמען א געלעכערט זעקל שמוץ-וועש שטייף איינגעבינדן – במקום האנט-זייגער.
די ווייסע זאקן זיינע זענען שוין מיט שטאלץ אויסגעצויגן אויף די פיס, כאטש וואס ווען ס'קומט צו דעם קאפ איז נאך דער ברייטער הוט מיט א ימי המעשה'דיגן פראכט בעל הבית.
גאנץ מערקבאר זענען די שארפע שטעלונג-דיפערענצן וואס די צוויי פיאות האבן גענומען. זיי שפילן א סצענע פון כשזה קם זה נופל במלוא מובן המילה. די רעכטע פיאה איז אויסגעאקערט מיט פריש געשוירענע נעגל גענוי ווי א פעלד מוצאי שמיטה; לאנגע שטריקלעך האר שלעפן זיך פון אונטער דעם קאפל. די אנדערע ווידער האלט ביים לעצטן שטאפל קאנסטרוקציע, פארקניפט ביים שפיץ קאפ ווי א בעיבי-קעראט. הקיצור, בלויז ס'שאטן זיינער זאגט עדות אן צווייפל: "יא, ר' מאטל איז א רעכט גע'טובל'טער".
ר' מאטל שפאצירט אריין אינעם שמש-בונקער, גרייט צו קויפן וויין און אזוי ארום שוין הערן פון דער חברה ליידיגגייער די לעצטערע נייעס. מ'דארף זיין א וויסטער אנטיסעמיט צו האלטן אז כלל ישראל האט זיך וואס צו שעמען מיט אירע אקאדעמיקער. אונטער איין דאך קענען זיך פארזאמלען אין א גרויען פרייטאג א כאפטע מעטעאראלאגן, ארכעאלאגן, עקאנאמיסטן, ביאלאגישע סייענטיסטן, מעטאפיזיקער, מעדיצינישע מבינים, פאליטישע עקספערטן און אלצווייסער. אלץ וואס ס'פאדערט זיך איז בלויז ברייטע אויערן צו קענען סובל זיין אן איבערגעטריבענע דאזע פון פיינפולע שטותים, צי "פאקטן" גאר כלשונם.
ראובן געציל, ווי איך זע, האט צו פארציילן איבער דער דין תורה ביי פיקלוויטש'ן און דעם בלוטיגן גט ביי זעליג'ס א טאכטער. שוין, האב איך דאך געוויסט אז קיין שלום וועט דארט שוין נישט זיין. נעבעך, א גרויס רחמנות, אבער שולדיג איז ער אליינס. ער פארשטייט אלץ בעסער פון וואס מ'זאגט אים, און ער לאזט זיך נישט לערנען. שוין, צו וואס גראבן אין יענעמס צרות. הא! גיב נאר א קוק וועמען מ'האט דא. יוסל'ן איז דא. נו יוסל, וויפיל אינטשעס שניי ערווארט מען צו פאלן אין זיבן וואכן ארום, הא? הייסט עס, מ'גראבט שוין ווייטער קברים, שמעון משה? [פארקירצט] מעגסטו שוין אויסלערנען: "יעדער מיינט בלויז זיך".
טועמיה האט ער ב"ה אינדערהיים. סארא פרעס מ'מאכט אין בית מדרש. ער האט שוין געזאגט דעם שמש אז ער האלט מ'דארף אויפהערן מיט דער טועמיה. קודם נאר פרייטאג, און ווער ווייסט, אפשר וועט אים נאך אריינגיין א שגעון אין קאפ צו פיטערן דעם עולם טשאלנט ליל שישי אויך. זאל ער זיך טרעפן בעסערע וועגן וויאזוי צו מאכן געלט. די לעצטע 50 יאר האבן שמשים געקענט מאכן פרנסה אן צושטעלן פרעסעריי. סארא געמיינהייט.
נו, וועט מען נעמען א פלעשל וויין. נאך אלעם, וואו דען קויפט מען וויין? ער וואונדערט זיך טאקע פון וואנען די ערלים האנדלען איין וויין. געוויס פארמאגן די קירכעס אזעלכע קליינטשיגע שמש-שטיבלעך – הגם דעם געדאנק האבן זיי בלי ספק גע'גנב'ט פון די אידן.
און פון וואנען קויפן די נישט-רעליגיעזע וויין? שוין, הייב אן פרעגן קשיות. לאמיר דיר זאגן איין מאל פאר אלעמאל: "אלעס גלייבט היינט".
אין אמת'ן אבער: די גוים פארשטייען צו וויין ווי יעך צו א ספארט-געים. אלץ וואס זיי ווילן איז נאר הוליען און אנברענגען די צייט. פונקט לעצטנס זאגט מיר אן אינגערמאן אז דאס נעמען דראגס צווישן די כוליגאנעס איז שוין היינט א נארמאלע זאך. שמעו שמים! אין וואספארא צעדרייטער וועלט מיר לעבן היינט! "מ'דארף באזונדער דאנקען גאט אז והבדילנו מן התועים".
חצקל, ווען נישט איך זע דאס מיט די אייגענע אויגן, וואלט איך דאס נישט געגלייבט. "אויף גרעיפדזשוס מאכסטו קידוש? באלאנגסט עפעס אינעם עזרת נשים? וואס, ס'מאגן דיינער פארנעמט נישט אביסל אלקאהאל? עפעס געמאכט פון זייד? הא! גלייב מיר, דיין זיידע ירחמיאל זעט דאס, כאפט ער א הארץ-אטאקע. אוי האב איך אים געקענט, א זיס אידל געווען. גיי זיי מסביר פאר היינטיגע אינגעלייט וואס א ר' ירחמיאל האט בכלל געמיינט. נאה, זאגסט מיר? נאך ווי כ'האב אים געקענט. ער פלעגט דאך דאווענען אויף מיין בלאק."
שוין, גיי רעד צו די חברה. כ'ווייס אפילו נישט וואו אנצוהייבן; נישטא אפילו מיט וועמען צו גיין צום טיש. א גלעזל וויין פרייטאג צו נאכטס איז ווי מים קרים על נפש עיפה. שוין, שוואכע לייט. זיי דערהייבן פשוט נישט. נו, אז מ'דערהייבט נישט איז מען פטור. האבן זיי דאך אבער יא געוואוסט וואס זיי רעדן, אז זיי האבן זיך צעקרעכצט אויפ'ן שוואכן דור.
דידאדאדידאדאדאדאם, אהאהאהא, איםםם, היימבאבאביבאם. נו, שמש, ווייסט דאך וואס איך גלייך. דערלאנג אהער צוויי פלעשלעך. כ'האב חשובע געסט דעם שבת – "יואב פון קאווע שטיבל, קענסטו?"
שמש: אביתר'ס א זוהן?
יאפ! ער איז דא איבער שבת, האב איך אים גערופן פאר א סעודה.
שמש: ווער דער שייגעצל?
נאה, דו רעדסט פונעם ברודער זיינעם. דער אמת איז אז רעדט מען פון יואב'ן מיינט מען אויך נישט עפעס דעם גרעסטן צדיק. שוין, לאמיר בעסער נישט רעדן. איך דריי זיך דאך יא אביסל אויף דער וועלט, פחדים נוראים וואס ס'קומט אלץ פאר. "כ'זאג אלץ, היינטצוטאגס איז קיינער נישט פארזיכערט".
שמש: איי ר' מאטל זאגט איר גוט. מיט די עלטערן זיינע האט ער נאך עפעס א שטיקל קשר?
דער טאטע האט אים ארויסגעווארפן, ער וויל אים נישט קענען. ער שפייט נעבעך בלוט. מיט דער מאמע זאגט מען האט ער נאך יא עפעס א שטיקל שייכות, אבער ווייסטו דאך וויאזוי די זאכן גייען. שוין, צו וואס גראבן אין יענעמס צרות. אוי!
שמש: ס'איז די אינטערנעט וואס איז שולדיג דערין?
נו וואדען. זאגן זאגט ער אז מ'האט אים גע'רודפ'ט. ווייס איך דען נישט? כ'בין דאך געווען זיין מלמד. שוין דעמאלט האט ער געהאט פייגעלעך אין קאפ. שוין, כ'האף נאר אז מצידי האב איך געטוהן אלץ וואס איז שייך. אוי האב איך געהאקט און געבראקט אין עמען, אך, אבער גאאאארנישט. א קאלטער שטיין. וויפיל מ'האט נאר פראבירט, וויפיל כוחות מ'האט נאר אין דער דאזיגער נשמה אריינגעלייגט, א וואנט האט מען געטאפט. כ'קלער אז אפשר גאר האט מען נישט געפראסקעט גענוג. אפשר וואלט נאך ארויסגעקומען עפעס א קיצו של מענטש. היינט טאר מען שוין גארנישט טוהן. דאס גאנצע אמעריקאנער חינוך ברענגט מען אריין ביינונז. נאכן ווינדערט מען זיך. נאה, א פראסטער יונג. פון וועמען מיינסטו רעדט מען דא? אן אויסווארף, א בן סורר ומורה, אלץ געזוכט טראבל און קיינמאל נישט געהאלטן ביים לערנען. אלץ געווען קלוגער, פארשטאנען בעסער ווי זיינע עלטערן, מחנכים און קלוגערע פון אים. יע, דארט קומען זיי אלע אן, די אלע אויבער חכמים. געקלעבט צו שלעכטע חברים, היום אומר לו עשה כך און פון דארט ביז דער שאול תחתית איז שוין א קליין שפרינג. העלעך דיר פארציילן א סוד: "נעכט פלעג איך אפזיצן ביים פאטער זיינעם, כ'האב מיך ביי עמען געבעטן מיט טרערן; שוין, האב איך דאך יא געוואוסט וואס ס'וועט פאסירן. איי!"
שמש: או, אידישע צרות. דער עסט ממש טריפות, א מחלל שבת?
וואס ווייס איך. ער מיינט נעבעך אז דאס גליק איז אויף דער אנדערער זייט. מ'זעט אים נאך דא דארט לייגן תפילין, א קליין קאפעלע אויפ'ן קאפ און דרייט זיך מיט אלע שווארצע יארן. שוין, גענוג צוזאמגערעדט. לאמיר רעדן פון שמחות. משיח זאל שוין קומען, מ'רייסט פון אונז שטיקער.
שמש: אז ער לייגט תפילין און איז א שומר תורה ומצוות איז דאך גוט, נישט אזוי?
אוי! ס'איז בעסער אז מ'רעדט נישט. פיין, נעם איך די וויין. א בעג האט איר? כ'האב נאך גענומען א ציצית פאר מיין בחור'ל, און וויפיל איז דאס שערן? אן אויסגעקראכענעם קאפ פאר'ן זעלבן פרייז? אלעס קאסט היינט. ווי זאגט די וועלט: "בחינם קריגט מען כינים". אקעי, שרייב אויף, מיר וועלן זיך פארעכענען די אנדערע וואך. א זיס לעכטיגן שבת.
(מיינט איר אז מ'רעדט דא פון א ירדן ראם? קאסטעל גרענד ווין? אלעקסענדער אמאראולא? גיהנום נישט. "א ברייט פלעשל קדם בורגאנדי".)
ר' מאטל איש חסיד שפאצירט אהיים נאכ'ן דאווענען מיט א געהויבענעם קאפ, און דערונטער מארשירן יוצאי חלציו מיט פחד און דיסציפלין. נאך אלעם גליסט זיך קיינעם פון די שבטי קה נישט דאס רויטע פלעמל אויפ'ן באק, אדער א "קלינגעדיגס", ווי ר' מאטל גלייכט דאס צו בא'טייטש'ן.
דער פריש געבאדענער קערפער ווארעמט זיך אין דער רעזשוואלקע, ס'האלדז איינגעוויקלט אין א גלאנציג ווייסן שאל כתינוק באמתחתו, די וואנצעס אויסגעפוצט ווי ביי דעם רוסישן צאר צום געבורטסטאג, און דא און דארט שענקט ער פארבייגייער א לייכטן נייג מיט'ן קאפ, נאכגעפאלגט מיט א שטילן אבער לאנג פראגראמירטן "גוט שאממממבבבבעס".
ר' מאטל לייגט אראפ א פלאם-פייערדיגן קידוש, און קימערט זיך קנאפ איבער די פיאות וועלכע טובל'ן זיך אינעם בעכער כמעט ש"י מאל. צייט איז די לעצטע זאך וואס קען שפילן א ראלע בשעת פונעם זילבערנעם בעכער שיטן טראפנס לארבע כנפות. איראניש איז אז דווקא ביים ווארט "באהבה", א ווארט וואס רעפרעזענטירט א גאר ברייטן תחום מיט וועלכן ר' מאטל האט קנאפ א שייכות, דארט שפירט ר' מאטל אז ס'פארלאנגט זיך אויסצוציען די התלהבות עד כלות השפייאכץ. ס'עיקר איז דאס לאזן ווארטן די אויסגעהונגערטע נשמה'לעך, וועלכע האבן זיך שוין געזעגנט מיט די מלאכים פאר אומגעפער א שעה צוריק, און שטייען גענאגלט צו דער ערד מיט אויסגעטריקנטע מיילער ווי די אידן נאכ'ן עסן די דגים מלוחים פון אחינו הישמעאלים.
די קינדער, אונטער דעם וועכנטליכן טעראר פון מעגן טרינקען בלויז א פערטל גלעזל גרעיפדזשוס, שלינגען יעדעס טראפ ווי דאס זאל ווען זיין א כוס של ברכה פונעם רבי'ן, און גרייטן זיך צו דערפילן די דיקטאטורישע באפעלן ווי נאר זיי גייען ארויס מפי המלך.
איך קוק רעכטס, איך קוק לינקס; איך שלעפ ארויס א ברוין-פאפירן זעקל. איך צי ארויס פון דארט א שמאל פלעשל קאבערנעי און איך שטעל דאס אויפ'ן טיש. (א כפרה אויף דער געלופטעריי.)
"וואס איז שלעכט מיט דעם בורגאנדי?" אויסערט זיך ר' מאטל, מיט קנייטשן אין די אויגן-ברעמען וועלכע שרייען ערפארענקייט.
ס'איז גוט, דאס גלייך איך מער.
ר' מאטל שארט ארויף זיינע דיקע ברילן און נעמט באקוקן דאס פלעשל נאך הכשרים, ווי ס'זאל ווען זיין אן אכט טעגיג פיצל הארט פאר'ן בונד. "גיי ווייס וואספארא הכשר דאס איז. קוים קען איך נאכזאגן זיין נאמען. אויך מיר א רב, ערגעץ וואו אין די מרחקים. גיי ווייס צי ער איז אפילו א שומר שבת."
כ'ווייס, עם, מ'זאגט דאס איז א פארלעסליכער הכשר, מורמל איך ארויס מיט דעם פחד פון א ווארפעדיג הינדל צווישן דעם בני אדם שטויס און ס'שחיטה.
"מ'זאגט! ווער איז דאס 'מ'? געלט וואלסטו אים געבארגט? קאבערנעט שמאבערנעט! די היינטיגע אינגעלייט זענען מיר גאנצע מבינים."
דאס איז א סיילענט "טי", שאקל איך נערוועז מיט די פיס, ווי א קינד וואס דארף אן עמערדזשענסי.
"סארא חילוק. וואס גייט מיר אן וויאזוי דער גוי איז מחליט אז מ'דארף ארויסזאגן די ווערטער? הייסט דאס, דער גוי איז דער אויף וועמען דו קוקסט ארויף? אים פראבירסטו צו געפעלן? היינט הייסט ער זאגן אן א טי, מארגן באשליסט ער וואספארא עסן איך דארף אריינעמען אין מויל, און איך דארף נאכטאנצן זיינע משוגעת'ן און קאפריזן. מושי, אבראמי, ברוך, הערט איר? מיר רופן דאס קאבערנעט! אפילו מיט צוויי טי'ס."
"איז לאמיך הערן, יואב'ל: שפירסטו באמת א חילוק פון די וויין צו די קדם בורגאנדי?"
וואס דען, אומזיסט וואלט איך דאס דאך נישט געקויפט. (וואס די גיהנום?)
"נעה! אבי געזונט. דאס הייסט געווארפן אידיש געלט אין מיסט."
אבער פעטער מאטל, כ'האב דאך אייך היינט געהערט רעדן אין שמש'ס שטיבל איבער'ן געשמאק פון וויין. כ'האב געטראכט איר פארשטייט אביסל דערצו, נישט אזוי?
"נאוואדע פארשטיי איך. איך קויף שוין בורגאנדי פאר יארן, זינט כ'האב אויפגעהערט מיט די סאטערנס. ס'גייט מיר פשוט אויף די געהירן, די היינטיגע ראצערס וועלכע ווערן מיר גאנצע מבינים, און רעדן זיך איין אז הינטער די שמאלע פלעשער פליסט רויטערער וויין. אך, א שאד ס'איז ווארעם. כ'האב א פרידזשידער – זאגסט מיר ווען פריער, לייג איך דאס גערן אריין."
ניין, ס'קומט דווקא רום-טעמפעראטור.
"האהאהא! וויין ווארעם? פשששש, וואס ס'פאלט אלץ נישט איין ביי די איפכא-מסתברא'ניקעס. משוגעת האט פשוט נישט קיין גבול. און צו וואס טרינקסטו אין א גלעזל? ס'איז עפעס פסח ביינאכט?"
ניין, פשוט ס'טרינקט זיך אינגאנצן אנדערש אין א גלעזל; דער בעכער נעמט אוועק פונעם געשמאקן טעם.
"יואב, בייג דיך צו, איך וויל נישט די קינדער זאלן הערן דאס ווארט..." [פארקירצט]
איי, ס'שטייט דאך שוין אין גמרא "רמייא לחמרא במני דהבי וכספא ותקיף", פראביר איך ווייזן לומדות.
"גמרות וואס דו ווילסט, זע איך, קענסטו; אפשר זאלסטו זיך זעצן לערנען און אפלאזן די אלע שטותים והבלים. און צו וואס זופסטו אזוי די וויין, ווי ס'זאל ווען זיין א הייסער טעלער זופ? דאס מויל דיינס פארנעמט נישט קיין סך אויף איינמאל?"
כ'זופ דערפון צושטייטלעך, א טרוקענער מעין עולם הזה צעשפרייט זיך איבער'ן מויל, און דער פרוכטיגער טעם לויפט אזש ביז צו די גומען אונטער די ציין. ס'איז א מחיה! "מ'קען אנהייבן פארשטיין די וועלכע האבן געטענה'ט נוח לו לאדם שנברא", האב איך נישט פארפעלט צו ענדיגן דעם זאץ מיט א מליצה, ווי א גוטזאגער.
"יואב'ל, דארפסט נישט אלץ זיין אן אויבער-חכם. הער וואס א קלוגער איד האט צו זאגן: א פלעשל קדם בורגאנדי, לייגסט דאס אריין אין פרידזשידער, פילסט אן דעם בעכער, און טרינקסט דאס אויס בנשימה אחת. אויף דעם האבן מיר געכאפט שלעק אין מצרים, דערויף האט המן געקריצט, און זאלן ווען די גוים וויסן דעם טעם וואס מ'קען שפירן דערפון, זענען זיי זיך מגייר אויפ'ן פלאץ."
"פיין, לאמיר נישט רעדן דברים בטלים און פארברענגען די צייט מיט הבלים, ס'איז דאך שבת קודש. יואב, כל מקדש. וואס הייסט, דו האסט נישט? ביסטו עפעס א גר? אזוי ענטפערסטו דעם שווער דיינעם? וואספארא ניגון זינגט דער טאטע? דעם כעלעמער? אה! דעם פערטן פאל גלייך איך. יא, מושי, אבראמי, ברוך? אוווווו, גייט דאס זיין א כל מקדש!"
"מאמי, הערסט? די זופ וועט ווארטן."
די ליינער האבן רעאגירט
> שמעקעדיג: יו-אב!!! יו – לאך איך; אב – במליצות און אויסדרוקן אשר העין לא שזפתם!
> יאיר: ר-י-ז-י-ג!!! אזא שארפן סענס אוו הומאר האב איך נאך נישט באגעגנט!
> קאווע טרינקער (א יאר שפעטער): נעכטן הער איך ווי צוויי אזוי גערופענע וויין-מבינים דעבאטירן וואס איז בעסער צו טרינקען פורים, האב איך זיך דערמאנט אז @יואב האט אמאל געשריבן וועגן א וויין-מבין. לכבוד פורים ברענג איך עס ארויף.