מיין יוגנט מיט רבי לעמל אין אוישוויץ

קאווע שטיבל, פארום "קונסט" (סעריע "אראומע", #10)איש עברי7טן אקטאבער 2014
א שטילער איד אויף דער לעצטער באנק אין בית המדרש, א טאש פול מיט זיסווארג, און א סוד וואס ער האט אנטפלעקט פאר א קליין יונגל. א שטיק פון דער סוכות-סעריע "אראומע" אויף קאווע שטיבל, וואס די ליינער האבן אנגערופן "פון די שטערקסטע ארטיקלען אמאל געשריבן געווארן אינעם שטיבל".

איך בין אויפגעוואקסן אינעם שאטן פונעם חורבן. יא, איך בין קוים עטליכע און צוואנציג יאר, אבער דעם טייוול-גייסט פון אוישוויץ האב איך באגעגנט טעגליך מיט מיינע אויגן. נאך אלס קינד האב איך זיך טאג איין טאג אויס אנגעטראפן מיט מענגעלע, מיט אייכמאן און אפילו מיט היטלער. דאס איז א דאנק מיין ליבן שכן רבי לעמל, וואס האט מיך מיט זיין ברייטן הארץ גענומען אויף א באזוך קיין אוישוויץ, מיר מיטגעטיילט אלע איבלען וואס זענען אויף אים אריבער, און זיכער געמאכט אז עס קריצט זיך איין טיף, טיף, אין מיין יונגן הערצעלע.

נישט אז רבי לעמל איז דער איינציגער מלחמה-איבערלעבער וואס איך האב געקענט. אין דער סביבה וואו איך בין געוואקסן, האט יעדע ווייסע בארד אויך געהאט נומערן אויף דער האנט. אבער דער רוב פון זיי האבן מיטגעברענגט פון אוישוויץ א שרעקעדיגע שווייגעניש, א שווייגעניש וואס איז שווער צו טרעפן היינט. איך געדענק ווען איך בין אריין צו מיין זיידן און באבען אינדערהיים, און מען האט געשוויגן, געשוויגן. און דאס שווייגן האט געהאט א כח; עס האט געשפיגן אזויפיל ווייטאג. איך האב נישט געוואוסט פון וואו זיי נעמען דעם כח אזויפיל צו שווייגן.

אין בית המדרש זענען זיי אייביג געזעסן אויף זייערע פלעצער, וויאזוי מען האט זיי געקנס'ט, וויאזוי גלייך דער וועכטער שטייט מיט א רעוואלווער און גיט אכטונג: געקומען אויף צייט, אוועקגעגאנגען די לעצטע, אלעמאל אין די אונטערשטע רייען, מיט זייערע ליין-ברילן און די קישעלעך אונטערצולייגן אויף די זיץ-פלעצער, די אויגן אריינגעגראבן אינעם סידור, און די ליפן האבן געשעפטשעט אן אויפהער.

ווען זיי האבן געעפנט דאס מויל, האבן מיר געוואוסט אז זיי טאר מען נישט פרעגן און נישט זאגן, נאר אויסהערן מיט סימפאטיע און צושאקלען מיט'ן קאפ. זייערע מעשיות זענען שטענדיג געווען בערך די זעלבע: איבער דער אלטער היים און דעם קריג, איבער זייערע ליידן און פארלוסטן, איבער די בא'חנ'טע קינדער וואס זיי האבן דארט איבערגעלאזט, און איבער דעם הונגער וואס זיי זענען דורכגעגאנגען אונטער דעם דייטש. און אלעמאל זיכער געמאכט אז ווען מיר עסן א שטיקל קאקאש-קעיק, זאלן מיר וויסן אז אין אוישוויץ האט מען נישט געחלומ'ט פון אזאנס.

אבער רבי לעמל איז איינער וואס איז געווען בולט מיט זיין אייגנארטיגקייט, אנדערש ווי אלע אנדערע איבערלעבער. ער האט אויך אסאך געשוויגן און באהאלטן זיינע סודות אונטער א פארזיגלטן פנים מיט א ביטערן שמייכל דערויף. ער האט אבער געקוקט מיט הנאה אויף אונזערע שפילן; ער האט אלעמאל צוגעשמייכלט. אפילו ווען מיר האבן זיך גע'חוצפה'ט, האט ער עס אנגענומען מיט א גוטמוטיגן שמייכל, און זיין שמייכל האט אונז אלעמאל געמוטיגט זיך נישט צו שרעקן פון די "זיידעס".

ער איז געזעסן אויף דער לעצטער באנק פון בית המדרש. ער האט אייגנטליך נישט פארנומען קיין פלאץ בכלל; ער האט זיך ארומגעדרייט ווי א שאטן. מען האט געוואוסט אז אים דארף מען נישט גריסן, ווייל ער ערווארט עס נישט. טאמער האט מען אים יא באגריסט, און נאך דערצו געזאגט מיט זיין נאמען "גוט מארגן, רבי לעמל", האט ער זיך פאררויטלט ווי א בר מצוה-יונגל.

"א שמייכל וואס האט ווי געזאגט: זייט מיר מוחל אז איך עקזיסטיר."

אין די ברענענדיגע וויכוחים וואס האבן געהאלטן פארנומען די אלטיטשקעס, צי מען זאל עפענען דעם פענסטער אדער פארמאכן, האט ער נישט געהאט קיין מיינונג און ארויסגעוויזן גאנץ ווייניג אינטערעס. ער האט ליב געהאט זיך צו באהאלטן אין זיין ווינקל און אריינקוקן אין זיינע משניות, וואס האט אויסגעזען מער ווי ער זוכט פשוט א פלאץ וואו צו פארשטעקן זיינע אויגן.

בכלל האבן די אידן עפעס געטראגן מיט זיך א וועלט וואס מיר האבן נישט פונקטליך פארשטאנען. זיי האבן גערעדט פון דער אלטער היים, פון מונקאטש, פון טאבאר, און פון אומפארשטענדליכע זאכן. מיר האבן געוואוסט אז דאס זענען די אידן וואס קומען פון "דארט", וואס אויף זיי פרעגט מען נישט קיין קשיות; זיי מעגן זיך בייזערן און שרייען, און מען דארף זיי פארגעבן.

אנדערש איז אבער געווען רבי לעמל. ער איז געווען שטיל, איידל, ווייניג גערעדט און אסאך געשמייכלט. אבער נישט אזעלכע גוטמוטיגע שמייכלען, נאר אזא שעמעוודיגער שמייכל וואס האט באהאלטן אונטער זיך אסאך ווייטאג; א שמייכל וואס האט ווי געזאגט: "זייט מיר מוחל אז איך עקזיסטיר." ער האט זיך ווי אנטשולדיגט פאר זיין עקזיסטענץ.

מיט מיינע יונגע חושים האב איך דערשפירט אז רבי לעמל באהאלט אין זיך א סוד. אפילו אין די צייטן ווען אנדערע האבן גערעדט פון דער אלטער היים מיט נאסטאלגיע, אדער אויסגעמאלן מיט פארבן די צרות וואס זיי זענען אריבער אינעם דייטשן גיהנום, האט רבי לעמל עפעס איינגענומען א שווייגעניש, ווי צו זאגן: "לא לך, חשב עניך כעניי; התמשילי חלייך לשברי ולחליי?!"

געזעסן איז ער נעבן דעם קענדי-מאן פון אונזער בית המדרש. ער האט געקוקט וויאזוי די אנדערע קינדער נעמען די קענדיס, און האט ווי שטענדיג געהאט זיין ווייטאגליכן שמייכל. דער קענדי-מאן פלעגט זאגן פאר רבי לעמל'ן: "20 קינדער האבן היינט גענומען ביי מיר", און רבי לעמל פלעגט ענטפערן: "א נקמה!" איך האב נישט פארשטאנען: א נקמה אין וועמען? איך האב געקלערט, אפשר אינעם קענדי-מאן פונעם דערנעבנדיגן בית המדרש. אבער ס'וועט קומען א טאג ווען רבי לעמל וועט מיר עס ערקלערן.

איך האב געוואוסט אז דער קשר מיט רבי לעמל ענדיגט זיך מיט א ברייטן "גוט מארגן" און א שמייכל; קיין לענגערע שמועסן האט מען מיט אים נישט געקענט האבן. ווי גליקליך בין איך געווען ווען רבי לעמל האט מיך, מיט א פאררויטלטן פנים, איינגעלאדנט איך זאל ארויפקומען צו אים אהיים! קיין גליקליכערער ווי איך איז נישט געווען. איך האב געוואוסט אז דארט ווארט אויף מיר א הויפן גוטע זאכן; רבי לעמל האט אייביג געהאט אין זיין טאש אן ענדלאזן אוצר זיסווארג, און איך האב פארשטאנען אז דארט ביי אים אינדערהיים איז דער מקור השפע.

וואס זאל איך אייך זאגן? רבי לעמל האט נאר געעפנט די טיר, איז מיר אקעגנגעקומען א שארפער גערוך, דער זעלבער גערוך וואס אלע אלטע אידן האבן מיטגעברענגט פון "דארט". אבער מיט דעם שמייכל פון רבי לעמל'ן האט דאס געשמעקט ווי גוטע בשמים. אינדערהיים איז געווען איין לאמפ, וואס האט געווארפן א העלע ליכטיגקייט וואס האט נאר טונקלער געמאכט. אינעם צימער וואס האט געדארפט דינען אלס עס-צימער איז געשטאנען א גרויס שפיטאל-בעט, וואו עס איז געלעגן דאס ווייב פון רבי לעמל'ן, מיט פארמאכטע אויגן און א בלאסן פנים, און יעדע צוויי מינוט איז ער געגאנגען קוקן וואס זי מאכט, און איר א גלעט געטוהן די האנט.

רבי לעמל האט מיר נישט געגעבן קיין גוטע זאכן. זיין שמייכל איז פלוצלינג אראפ, און ער האט מיך געפרעגט מיט א טרויעריגן פנים צי ער מעג מיר דערציילן א מעשה. איך האב מיך דערשראקן, אבער איך בין געווען זיכער אז עס וועט זיין אן אינטערעסאנטע מעשה, אפשר אפילו א שרעקעדיגע, מיט ים-רויבער אדער מענטשן-פרעסער. און רבי לעמל האט מיך געבעטן זיך אוועקצוזעצן, און ער האט דערציילט און דערציילט, מיט טרערן, מיט קרעכצן, ביז עס איז געווארן מנחה.

איך געדענק נישט פונקטליך וואס רבי לעמל האט דערציילט, אבער עס האט נישט אויסגעזען ווי א מעשה, נאר ווי א וידוי. ער האט זיך ווי אנטשולדיגט פאר מיר אז ער האט יא געדארפט בלייבן אינעם בונקער ווען זיין ווייב האט געהייסן; ווער ווייסט, אפשר וואלט זיין משה'לע נאך געלעבט ביז היינט. אפשר האט ער יא געדארפט אוועקפארן קיין ארץ ישראל צוויי יאר פריער. אלע זיינע געוויסנסביסן האט ער אויסגעגאסן אויף מיין קליינעם קעפעלע און יונגן הערצעלע, און דערביי געזאגט: "משה'לע איז געווען אין דיין עלטער; ער האט אויסגעזען ווי דו." און איך האב פארשטאנען אז רבי לעמל וויל איך זאל אים מוחל זיין אין נאמען פון משה'לע.

אצינד האב איך פארשטאנען פארוואס עס טוהט רבי לעמל'ן אזוי וויי ווען איך זאג אפ צו נעמען זיינע גוטע זאכן, און ווען איך קום נישט צו אים זאגן "גוט שבת". אין זיינע אויגן בין איך משה'לע, א שאטן פון זיין באליבטן קינד, א פארנעפלטער זכרון וואס ער פרובירט צו כאפן. רבי לעמל האט מער נישט געהאט קיין קינדער, אבער ער האט אנגעפילט זיינע טאשן מיט גוטע זאכן פאר זיין משה'לע. ווען א יונגל וואס איז געווען אין משה'לע'ס עלטער איז פארבייגעגאנגען, האט ער אים געגעבן א גוטע זאך – פאר משה'לע.

✦ ✦ ✦

יענעם דינסטאג אינדערפרי, ווען איך האב געזען די מודעה פון דער לוויה פון רבי לעמל'ן, בין איך געגאנגען צו דער לוויה. און ווען קיינער האט נישט געזען, בין איך צוגעגאנגען צו דער מטה און אריינגעשעפטשעט פאר רבי לעמל'ן: "איך בין זיכער אז משה'לע איז דיר מוחל. טייערער רבי לעמל, נוח בשלום על משכבך. דו ביסט נישט שולדיג אין דעם גרויזאמען גורל וואס האט באטראפן כלל ישראל. שפיר דיך נישט שולדיג אז דו ביסט געבליבן לעבן."

און ווען אלע האבן געזאגט אז עס איז געבליבן א חלל פון אן איד וואס האט נאך געקענט רבי ישעיה'לע קערעסטירער, האב איך געטראכט: ווער, ווער וועט אצינד געבן די ווארעמע גלעט פאר דער פרוי וואס ליגט ביי רבי לעמל'ן אינעם עס-צימער?

תגובות פון די ליינער

> כוכב: Speechless! דאס איז נישט בלויז אן ארטיקל, נאר א שטיק קונסט, דורכגעפלאכטן מיט א ריטם פון פאעזיע פון העכסטן קאליבער. עס האט מיך – ממש – געברענגט צו טרערן. ארץ ארץ אל תכסי דמם.

> פישלע הערינג: און די אידן גייען אוועק פון אונז ווי בעבלעך פון א זייף-בלאז. וואסערא פעקל די שוואכיטשקעס טראגן מיט זיך!

> איש עברי: פישל ברענגט ארויף א ריכטיגע זאך. די אידן גייען אוועק; לאמיר אריינכאפן און זיי פארזיסן די עלטער. די אידן טראגן מיט זיך שווערע פעקלעך ביטערניש און שולד-געפילן. כאפט א שמועס מיט א מלחמה-איבערלעבער, זאגט אים א גוט ווארט...

> געפילטע פיש: וואו! כ'האב צוגעמאכט די טיר פון אפיס, מ'זאל נישט זען אז איך וויין ביי דער ארבעט. דיין שילדערונג ברענגט ארויף אלטע זכרונות וואס מיר אלע האבן קאלעקטיוו אין אונזער נשמה, הגם מיר האבן דאס קיינמאל נישט מיטגעלעבט.

מקור: kaveshtiebel.sites.tab.bot/t/7335.html

צוריק צו נומער 2 PDF אראפלאדן (179 KB)