וועכנטליכער קאלוםדי תגובה פון דער וואך

"דאס איז דער הויכפונקט פון זיין גאנצער קאריערע!"

קאווע שטיבל, אשכול "Hurricane Sandy"זר זהב29סטן אקטאבער 2012
יעדע וואך קלייבן מיר אויס איין תגובה פון די ארכיוון: א שארפע, א חכמה'דיגע, א ווארעמע.

דער צושטאנד: מאנטאג, דעם 29סטן אקטאבער 2012. דער שטורעם "סענדי" קומט אן צו לאנד. אינעם אשכול אויף קאווע שטיבל לייגט דער ניק "פיקציע" ארויף א לינק צו א קליפ, מיט די ווערטער: "א פאריקטער סי-ען-ען רעפארטער אין אטלאנטיק סיטי, נ.דזש. קיינער איז נישט דא מער." פיר מינוט שפעטער קומט דער ענטפער:

זר זהב ער איז שוין גארנישט פאריקט! דאס איז דער הויכפונקט פון זיין גאנצער קאריערע!! זאל ער אזא געלעגנהייט פארוואשן? מ'דארף פארשטיין די אינדוסטריע. כ'קען עס נישט בעסער מסביר זיין.

און אן ערנסטע תגובה פון דער זעלבער וואך

א טאג שפעטער, ווען דער שטורעם איז שוין געווען פארביי, האט דער ניק קפנדריא געשריבן אין דעם זעלבן אשכול:

קפנדריא דער עיקר, נישט פארגעסן געבן א שבח פאר'ן בורא עולם אז ער האט אונז אפגעשוינט. ס'האט געקענט זיין א קאטאסטראפע, חס ושלום; מיר זענען אפגעקומען מיט א שרעק און אביסל "אווער-סטאק" אין די פרידזשידער און שאפעס.

מקור: kaveshtiebel.sites.tab.bot/t/2203.html

צוריק צו נומער 1 PDF אראפלאדן (487 KB)