דאנערשטאג, דעם 25סטן אקטאבער 2012, האט דער ניק ידען געעפנט אן אשכול מיט'ן נאמען "Hurricane Sandy" און א קורצע ווארענונג: "די האריקעין איז שוין אויפ'ן וועג, און מיר וועלן עס אויך פילן, מסתם." דער ערשטער ענטפער, פון קליגער איד, איז געווען די פראגע וואס יעדער האט געפרעגט: "וואס גייט דאס זיין? שניי? רעגן? ווען איז דער פלאן אז עס זאל אנקומען?" אין די קומענדיגע טעג איז דער אשכול געוואקסן ביז 252 תגובות, מיט וועטער-באריכטן, נייעס און שמועסן פון שעה צו שעה. (אונזער "תגובה פון דער וואך" קומט אויך פון יענעם אשכול.)
די וואך, אמאל
וואס מ'האט געשמועסט אויף קאווע שטיבל אין דער וואך פון 19טן ביז 25סטן אקטאבער, אין פריערדיגע יארן

דעם 23סטן אקטאבער 2013 האט יידל דערציילט פון א שמועס מיט אן אלטן באקאנטן, א "שטיקל הוגה דעות", וואס האט אים געזאגט פארוואס ער שרייבט נישט אויפ'ן פארום: ער קען נישט שרייבן קיין אידיש ווי עס דארף צו זיין, און ער האט מורא פאר די צינישע תגובות. "און פון וואו זאל איך קענען שרייבן ענגליש?" האט דער אינגערמאן געפרעגט האלב לאכנדיג, האלב ערנסט. דער אשכול איז געווארן א לאנגער שמועס (137 תגובות) איבער שרייבן, ליינען און שפראך אין דער היימישער וועלט.
דעם 23סטן אקטאבער 2014 האט ישראל קאפקע באריכטעט אז א דאקטאר וואס איז צוריקגעקומען פון גינעא, וואו ער האט באהאנדלט עבאלא-קראנקע, איז אריינגעפירט געווארן אין בעלוויו שפיטאל אין מאנהעטן – און אז די נאכט פריער איז ער געווען אין א באולינג-זאל אין צפון-וויליאמסבורג, ווייניגער ווי א מייל פון דער היימישער געגנט. אינמיטן דער ערנסטער דעבאטע איבער קוואראנטין, האט זיך ארויסגעשטעלט א קליינע פערל:
> פארוואס?: ווארענונג! דער אשכול גייט אריינפארן אין א שמועס איבער מאראל, און פון דארט צו פילאזאפיע. טיפיש קאווע שטיבל, און טיפיש יאיר...
> יאיר: מיר האט מען געלערנט אז צוויי "אמר רבי יהודה אמר רב"ס אין ווילד פרעמדע ענינים איז גענוג זיי צוצוקלעבן.
דעם 23סטן אקטאבער 2015: "א האריקעין מיט ווינטן פון 200 מייל א שעה איז עטליכע שעה אוועק פון קומען צו לאנד אין דרום-מערב מעקסיקא", האט געשריבן ישראל קאפקע. די ווינט-שטויסן האבן דערגרייכט 248 מייל א שעה, "די שטערקסטע האריקעין וואס איז סיי ווען געמאסטן געווארן". דאס איז געווען "פאטריציע".
דעם 19טן אקטאבער 2020 האט מי אני – דער זעלבער שרייבער פון אונזער סייענס-קאלום די וואך – געעפנט א סעריע איבער געים-טעאריע: "א פעלד אין מאטעמאטיק וואס גיט זיך אפ מיט'ן מאטעמאטיש אנאליזירן קאנקורענץ צווישן צוויי צדדים וואס האנדלען ראציאנעל". דער אשכול האט באקומען 52 תגובות – א גוטער קאנדידאט פאר א קומענדיגן סייענס-קאלום.
דעם 21סטן אקטאבער 2022, גלייך נאך די יום טובים, האט תוהו ובוהו ארויפגעלייגט א ליד וואס הייבט זיך אן ווי א מוסר-שמועס, און ענדיגט זיך מיט אן איבערראשונג. דאס גאנצע ליד:
> שוין די לעצטע שטיקל צייט / האב איך אן איידיע געהאט
> דא אין אונזער לאקאלער שול / האב איך מיר גענומען א ציל
> איך האלט אן אויג אויף דיר / און איך כאפ אויף יעדן ריר
> ביים בענטשן אלול דיין פנים מוטלאז / אין מקוה ער"ש ביסטו געקומען הוטלאז
> נישט אנגעקומען צו שאלעשידעס / א מנחה האסטו געכאפט ביחידות
> אבינו מלכנו פרום געזאגט / אבער סליחות יעדן צווייטן טאג
> דיר באמערקט טרינקען א קאווע פאר חצות / און אויפשטיין ראש השנה נאכ'ן עלות
> צום גדליה האסטו נישט אויסגעקוקט ווי אין א תענית / מיין שארף אויג האט דיר נישט געטראפן ביי קרבנות
> לעקאך האסטו מיט א ברייטער האנט גענומען / אבער פארגעסן מיט א טיפ צוריקצוקומען
> יו"כ געקומען באצייטענס טאקע / אבער קיין ווארט תפילת זכה
> האסט געשמייכעלט ביים דרשה כיטרע / און געמאכט הארמאני ביי כל נדרי
> האסט געשפילט באלעבאטיש / און ביים ליינען גע'שנדר'ט דראמאטיש
> מיר קענסטו אבער נישט דעם קאפ פארדרייען / ביי בספר פרנסה וכלכלה געהערט דיינע ברעטשערייען
> בשמים האסטו געשמעקט אן איבער-דאזע / און זיך העפטיג גע'טענה'ט ביי פויזע
> געכיפערט מעריב אן כוונה / און אנטלאפן פאר קידוש לבנה
> דיין אתרוג האב איך באוואונדערט / ס'האט דיר זיכער געקאסט אפאר הונדערט
> באמערקט ווי דו האסט צוגענומען וואג / פון אזויפיל סעודות פער טאג
> בחג האהאהא-מצות האביך מיט דיר מיטגעברומט / אויפ'ן ערבות פרייז מיט דיר מיטגעקרומט
> ביי משנה תורה צווישן אלע קעפ / דיר באמערקט שטופן אויף וואטסעפפ
> געכאפט קלעפ פון דיינע הושענות / סידאך א מנהג כ'האב נישט קיין טענות
> שמחת תורה ווען האסטיך דערקלערט שיכור / נאך א קנאפע צוויי בראנפען-גלעזלעך ליקער
> אויך ווען דו האסט געטאנצן מיט אייפער / ווען מ'האט דיר פיינעלי געאפפערט א ספר
[פארקירצט]
> ניין איך בין נישט פון וועד הצניעות / אדער דיין שונא'ס נגיעות
> דארפסט פון מיר נישט נעמען קיין עול / כ'בין נישט אויף דיינע מוסדות פעיראל
> כ'האב דיר בלויז באאבאכט פאר א גאנצן חודש / זינט מ'האט מיר אינסטאלירט אויפ'ן ארון קודש
> בעסערס וואס צו טוהן האב איך נישט סייווי / כ'זיץ דא אויף מיין אייביגער רו
> דארט מיט די הענט אין די הייך / ווי די ספרדים ביי עלינו לשבח
> טו איך דיר שטענדיג באגלייטן / און האלט מיט דיינע שוואכקייטן
> ווען דו פרובירסט מיטטאנצן מיט'ן טאקט / און ווען דו ווערסט אביסל פארהאקט
> בארואיג זיך אבער מיין פריינט / איך בין דאך נישט דא פון היינט
> איין זאך קען איך דיר זאגן קלאר / דיין שכן איז נישט בעסער מיט קיין האר
> ...
> אמר רבי אלעזר בן עזריה / הדא הוא דכתיב הושיענו מפי אריה
דאס ליד הייסט "ארי שבחבורה": דער לייב אויפ'ן ארון קודש האט אלעס געזען.