דיסקוסיעדיסקוסיע

העלפט א ציגארעטל צו בארואיגן?

א רויכיגער שמועס אויף קאווע שטיבל, פון 2012 ביז 2024

קאווע שטיבל, פארום "געזעלשאפט"אלזא (עפנער), און די חברים12טן סעפטעמבער 2012 (מיט צוגאבן ביז 2024)
א פשוטע פראגע: ס'איז נישט געזונט, ס'שטינקט און ס'קאסט געלט – אבער בארואיגט עס כאטש? די רויכערער, די געוועזענע רויכערער און די וואס האבן פיינט דעם שמעק האבן זיך צוזאמגעקומען, און נאך עלף יאר האט מען דעם אשכול ווידער אויפגעוועקט.
אלזא12טן סעפטעמבער 2012

אמת, ס'איז נישט געזונט. ס'שטינקט. ס'ברענגט קרענק. ס'איז נישט מענטשליך פאר אנדערע.

אבער די מענטשן וואס רויכערן יא – נעמט עס טאקע אוועק זייער אנגעצויגנקייט?

איז עס גוט פאר הכנות (בלע"ז)?

zurich

האסטו שוין אמאל געגעסן פאפיטעס? איך מיין "געהאקטע" פאפיטעס! כעין זה, און אפילו נאך בעסער, איז א צוגראטעל!!

איינער איז "אין" פאר איינס? יאללא!

שמואל הלוי

ס'נעמט אפשר אוועק די אנגעצויגנקייט בשעת'ן רייכערן, אבער א מינוט דערנאך קען מען זיין גערעגט ווי א קוה.

zurich

דו רעדסט פון עקספיריענס?

שמואל הלוי

ניין! ב"ה רויכער איך נישט. איך זע עס נאר ביי אנדערע.

zurich

אין א געוויסן זין בארואיגט עס די נערוון.

ווען דו דארפסט מאכן א וויכטיגע דעסיזשן, נעמט מען א ציגארעטל און דער קאפ ווערט קלאר!!

מען קען זען אסאך מאל נאך א שווער שטיקל פון ר' עקיבא איגר שטייט "וצ"ע". זאגט מען א הלצה, אז "וצ"ע" מיינט: וצריך עישון!!!

ר' עקיבא שרייט: פאר אזא שווערן תוס' דארף מען שוין כאפן א ציגארעטל!!

יחזקאל

וועגן דעם נעם איך א מינוט נאכדעם נאך א ציגארעטל וכו'.

אלדד13טן סעפטעמבער 2012

לגבי הכנות לתפילה ג"כ מועיל ביותר

diff

Deep and slow breathing is known to relieve anxiety. Just breathe like A smoker deep and long, exhale slowly. search online

פויער

ס'ווערט געזאגט א ווערטל אויף די רויכערער, אז דאס ציגארעטל קומט אייביג אריין אין פלאץ.

ווען מען איז הונגעריג: לאמיר זיך אביסל בארואיגן מיט א ציגארעטל..

ווען מען איז אנגעגעסן: נא, אביסל פארדייען דאס עסן מיט א ציגארעטל..

ווען מען איז נערוועז: איך מוז האבן א ציגארעטל..

ווען מען איז רואיג: אה, יעצט קומט א רואיגע ציגארעטל..

ווען מען איז דעפרעסט: איז מען אדיקטעד צום ציגארעטל..

ווען מען איז פריילעך: א גוט ציגארעטל..

ביי דע וועי: איך בין א שטארקער רויכערער, און איך ראט קיינעם נישט אנצוהייבן צו רויכערן: דאס געזונט אויס, די גרויסע געלט וואס דאס קאסט אפ, מ'איז שטענדיג אנגעלייגט, מ'הוסט, מ'שפייט, מענטשן עקלען זיך פונעם גערוך, און דער עיקר די עדיקשאן און די פרעשור וואס מען האט כסדר, אלעמאל צו האבן א פושקע ציגארעטן אין קעשענע, און נאך.

אבער גארנישט קומט נישט צו, ווען מען זיצט ביי א רואיגער מינוט מיט א קיל נאכט-לופטל און מ'בלאזט ארויס שטייטלעך דעם גרויען, געשמאקן טאבאק-רויך...

ציגרעטל

ווי יענקל מיללער זאגט: צוויי זאכן פעלן אים: א ציגארעטל נאכ'ן טשאלנט, און א ביר נאכ'ן אפיקומן...

[פארקירצט]

משה רוקח

א ציגארעטל איז סאך מער רילעקסינג ווי סתם טיף אטעמען. האסט אמאל פרובירט איינס? (איך רייכער בערך א פושקע א טאג.)

לעמיל14טן סעפטעמבער 2012

וואו, דאס איז אסאך!

אלזא

אבער ס'קען אייביג זיין בעסער.

קליינע צדיק'ל13טן נאוועמבער 2023

לעצטנס געהאט מיט אפאר חברים, וואס איך האב זיך געווערטלט מיט זיי אז איך מיין זיי זאלן אנהייבן רייכערן, נאכ'ן זען אז אין שווערע טעג, אונטער פרעשור וכד', האבן זיי נישט קיין וועג זיך צו בארואיגן און אויסצולופטערן.

אלע צוזאמען

א ציגארעטל העלפט נישט צו ווערן רואיג. די זאך וואס בארואיגט איז דאס אריינאטעמען און ארויסאטעמען שטייטערהייט.

פאלאצ'ינטא14טן נאוועמבער 2023

דאס איז אן איינרעדעניש. און ווי איך האב אמאל געהערט פון א חכם: אן איינרעדעניש איז ערגער ווי א קרענק... אויסער דעם ווייס איך דאס פון עקספיריענס: איך פלעג רייכערן.

מתחזק19טן נאוועמבער 2023

איך פלעג רייכערן א פושקע א טאג, ביז כ'האב געליינט דאס בוך Easy Way to Stop Smoking פון Allen Carr. איך וואלט עס זייער געראטן פאר ווער עס פילט אז ער וויל אויפהערן. איינס פון זיינע פוינטס איז, אז ווען דו ביסט נערוועז, דארפסטו זיך נישט נאר ספראווען מיט דיין פראבלעם, נאר דו דארפסט יעצט אויך קעיר נעמען פון דיין עדיקשן, און ערשט נאכדעם קענסטו בכלל טראכטן; משא"כ דער נאן-סמאוקער האט פשוט נישט די צוגעלייגטע פרעשור פון יעצט "מוזן" רייכערן.

קרישמע20סטן נאוועמבער 2023

The short answer is No

קהל'ס נער21סטן נאוועמבער 2023

אלס א רייכערער מפעם לפעם (ווי מ'זאגט: לאנגזאם, ער רייכערט נאר ביי א תענית, מוצ"ש און אינדערוואכן...): עס בארואיגט יא, אבער ס'וועפט גאנץ שנעל אויס, לאמיר זאגן דאס צווייטע ציגארעטל גייט שוין גארנישט צוגעבן. מען מעג רייכערן פון צייט צו צייט; יעדע זאך דארף מען וויסן א מאס. פונקט ווי אלקאהאל און צוקער הרג'ענען מענטשן, און יעדער איז מסכים אז מיט א מאס שאדט עס (כמעט) נישט, אזוי איז די זעלבע זאך ביי ציגארעטלעך.

כדי צו לייגן אין קאנטעקסט: סטאטיסטיש גערעדט, פאר יעדן ציגארעטל וואס מען רייכערט פארלירט מען 11 מינוט פון לעבן, ווס. פאר יעדן קען סאודע פארלירט מען 12 מינוט פון לעבן.

אויסגעהאלטן22סטן נאוועמבער 2023

לענ"ד איז עס ביידע: עס קען העלפן בארואיגן ווען מ'האט פרעשור, אבער טאמער ווערסטו אדיקטעד (וואס געשעט צו יעדן נארמאלן מענטש), ווערט עס א פרעשור וואס א נישט-רויכערער האט נישט, און ס'מאכט סתם פראבלעמען. אני כשלעצמי האב א vape אין טאש, און איך נעם בערך 20 puffs א טאג בדרך כלל, און עס העלפט אסאך. איך וואלט עס נישט אויפגעגעבן אזוי שנעל, פשוט פאר די אנגעצויגענע טעג ווען מ'קומט אהיים און מ'פילט ווי מ'גייט פלאצן: נעמט מען אפאר puffs, און מ'ווערט (כמעט) א נייער מענטש.

צוקוועטשטע איילבירטן9טן אפריל 2024

כ'בין גראדע נישט קיין רויכערער, און כמעט קיינמאל נישט גערייכערט, חוץ אלס בחור עטליכע חתן-ציגארעטלעך, פון וועלכע כ'פלעג מיך צעהוסטן; און אזוי ווי כ'בין בטבע א באקוועמער מענטש, האב איך מיך נישט געהאלטן ביים מוסר נפש זיין דערמיט. נאר א פיינעם דעווידאף אדער מאנטעקריסטא ציגאר טוה איך יא מפעם לפעם; דאס ציט מען נישט אריין. פארוואס זאג איך עס? ווייל לאפוקי די וואס טענה'ן דא אז די סיבה פון דער רילעקסעשן ביי א ציגארעטל איז דאס אריינאטעמען שטייט און ארויסאטעמען: ביי א ציגאר אינהעילט מען עס נישט, און מ'שפירט דערפון א בארואיגנדיג געפיל בשעת מ'פאררויכערט דעם ציגאר. פארוואס? דאס קומט פון דעם באקאנטן כעמיקאל וועלכן יעדעס ציגארעטל און ציגאר פארמאגט אין זיך, "ניקאטין", און דאס גיט דעם פלעזשערעבל פילינג. אפילו אז מ'ציט עס נישט אריין, שפירט מען גאר גוט דערפון, ווייל ווען מ'ציט עס אריין אין מויל, גייט עס אריין אין די בלוט-שטראמען דורך די טישוס אין מויל.

שפילער

דאס גאנצע ציגארעטל איז אן איינרעדעניש.

צוקוועטשטע איילבירטן

אויף א כעמיקאל זאגט מען נישט "איינרעדעניש".

סקעפטיקער

יעדע הנאה איז אן איינרעדעניש; עס איז אבער געשמאק.

ראדני

גענוג שוין מיט פייניגן דעם עולם וואס רייכערט. ס'איז טאקע נישט געזונט, און?

דער נומער איינס הרג'ער אין USA איז הארץ-קראנקייט. ווייסט איר פון וואס הארץ-קראנקייט קומט? נישט פון רייכערן, נאר פון צוקער!

זאלן די אלע אנטי-רייכערן מה יפית'ניקעס ערשט מאכן געזעצן אז מען טאר נישט עסן צוקער אונטער 18, און לייגן א טייערן צוקער-טעקס – אה, און אז מען טאר נישט עסן צוקער אין רעסטוראנטן און אין פארקס, באסעס, עראפלאנען וכו'.

ווען זיי וואלטן באמת געמיינט די טובה פון דער מענטשהייט, וואלטן זיי אונז נישט גע'טראל'ט מיט אנטי-רייכערן, נאר ענדערש געווען פארנומען מיט דעם אמת'ן פראבלעם, דהיינו צוקער.

בר גיורא

אנטשולדיגט פאר'ן זיין א מה יפית'ניק...

אבער מ'פארבאט, אדער מ'לייגט טעקס, נאר אויף זאכן וואס זענען בעצם שעדליך. אויף זאכן וואס זענען געזונט, נאר מענטשן עסן צו סאך, דארף מען נעמען אנדערע שריט.

אין ישראל לייגט מען טאקע טעקס אויף סאדע. דארט איז די צוקער-איבערעסעריי ממש א נאציאנאלע פראבלעם, מיט די מערסטע מענטשן וואס מ'דארף אפשניידן א האנט/פוס צוליב דייאביטיס!

כספי10טן אפריל 2024

פאר איך שרייב מיין טעיק: ס'איז דא א באוואוסטע מעשה איבער רייכערן וואס איז כדאי אפצושרייבן דא, אמאל איז א דזשורנאליסט געשטאנען אין איינע פון די גאסן אין מאנהעטן, און געזען א מיטליעריגן פארשוין רייכערן. דער דזשורנאליסט איז צוגעגאנגען צום מענטש, און ער פרעגט אים צי ער קען אים פרעגן אפאר קושיות. "יא, פארוואס נישט?" "וויפיל ציגארעטלעך רייכערסטו א טאג, ענטפערט ער: "דריי פושקעס." "וויפיל יאר רייכערסטו שוין?" זאגט ער: "די לעצטע פערציג יאר." נעמט דער דזשורנאליסט ארויס זיין רעכן-מאשין, און ער רעכנט אים אויס: לאמיר זאגן א פושקע ציגארעטלעך קאסט 15 דאללער, דריי פושקעס א טאג איז 45 דאללער, 365 טעג א יאר קומט אויס צו 16,425 דאללער א יאר, פערציג יאר קומט עס אויס צו 657,000 דאלער. "נו," פירט אויס דער דזשורנאליסט מיט א שמייכל, "ווען דו רייכערסט ווען נישט, וואלט דער דערנעבנדיגער בנין געקענט זיין דיינער." זאגט אים דער מענטש: "גראדע איז דער בנין טאקע מיינער, און נאך אסאך בנינים דא אין געגנט. סאו טראג אפ..."

שוין, מיינע צוויי סענט אלס רייכערער וועלן מוזן ווארטן ביז איך וועל האבן מער צייט. הצלחה!

מילך טראק

דו רייכערסט? ניין! דו אונסט דעם בילדינג? ניין. איך יא...

צוקוועטשטע איילבירטן

אן ענליכע מעשה האב איך געליינט ערגעץ וואו, פון איינעם וועלכער האט געטרונקען עטליכע קענס ביר יעדן טאג. איז געקומען איינער און געמאכט דעם זעלבן חשבון פאר יענעם, אז במשך הזמן האט יענער געשפענדט אזויפיל וויפיל א לאמבארגיני קאסט, און ווען יענער וואלט נישט געשפענדט די אלע געלטער אויף ביר, וואלט ער ווען געקענט זיין דער גליקליכער באלעבאס פונעם לאמבא. האט דער טרינקער צוריק געענטפערט פאר יענעם: "דו טרינקסט דאך נישט, און וואו איז דיין לאמבארגיני??"

מילך טראק

א קאווע בארואיגט?

מילך טראק

די קליוולאנד קליניק טענה'ט אז דער ניקאטין בארואיגט (זעט אויף זייער וועבזייטל, אונטער smoking).

אלפא11טן אפריל 2024

עס איז א שיין מעשה'לע, אבער עס נעמט נישט אוועק די וואלידיטעט פונעם ארגומענט בכלל. עס איז אזא "רויטע הערינג" סארט פאלאסי.

כספי

יא, יא, ס'איז פשוט.

אשרי העם12טן אפריל 2024

ניין.

דער עקס14טן אפריל 2024

פון עקספיריענס: ס'העלפט בארואיגן, אבער נאר זייער צייטווייליג, און מיט די יארן פאדערט זיך מער און מער צו בארואיגן די נערוון.

עמקות התם15טן אפריל 2024

עס בארואיגט פון דעם צורך וואס דו האסט פאר דעם ציגאר; דהיינו, מען שאפט א נייעם צורך, דערנאך ערפילט מען אים.

דערנאך איז דא די נקודה פון אפשטעלן אלעס, מאכן הפסקות פון די לאנגע שעה'ן, און טוהן עפעס אנדערש פונעם רוטין. די פראבלעם ווערט ווען עס ווערט א חלק פונעם סקעדזשול.

yesiknow

דער געדאנק איז: ווייל ער האט גערויכערט, האט ער געהאט די יישוב הדעת אין צייט צו טראכטן וויאזוי צו מאכן געלט, און דערפאר האט ער די אלע בנינים. די הערינג איז נישט אזוי רויט דאס מאל.

yesiknow

דערפאר הערט מען אויף פאר צוויי וואכן, און מען הייבט ווידער אן מיט א פרישקייט, אזוי ווי ביי אלע אנדערע פלעזשערס אין לעבן. מען דארף זיין קריעטיוו.

רבים16טן אפריל 2024

פרעשור איז אין קאפ. אויב רעדט מען זיך נאר איין אז א ציגארעטל העלפט, איז דאך גוט... והבן.

רבים

יא, לויט מיין פערזענליכן עקספיריענס.

א גוט יאר

איך האב פיינט ציגארעטלעך, אפי' דעם שמעק קען איך נישט אויסהאלטן, אבער איך האלט אז יא.

נעקסט לעוועל18טן אפריל 2024

כ'וועל צולייגן מיינע צוויי סענט, אלס איינער וואס פלעגט זיין היבש אנגעוויזן אויף ציגארעטלעך צו סורווייוון דעם טאג.

טאקע די סאושעל רעגולאציעס וואס מ'האט ארויפגעלייגט אויף רייכערן, צ"ב רייכערן אין א בנין, העלפן די תועלת פונעם ציגארעטל: דאס צווינגט אונז (על פי רוב רייכערט מען נישט אינדערהיים/אפיס/כולל) אפצוהאקן וואס מ'האלט אינמיטן טוהן, נעמען א ברעיק, ארויסגיין אינדרויסן, זיך פארגלייזן אויפ'ן פייער-פלעמל, פאקוסירן אויף דעם קריץ פונעם רויך וואס גליטשט אראפ ס'העלדזל – פשוט צו נעמען א ברעיק פונעם טעגליכן געלויף.

מ'קען דעבאטירן צי דער ניקאטין אדער טאבאק העלפט באמת, אדער ס'איז נאר אן איינרעדעניש; אבער דאס ציגארעטל איז דער יוצא פועל. אדער אז מ'קען האבן דעם זעלבן בענעפיט פון אריינאטעמען און ארויסאטעמען – אבער ס'איז אינו דומה צו דעם בענעפיט אין דער ספעציפישער הינזיכט, וואס נאר א ציגארעטל קען דיר געבן.

שטולענע אייער6טן יולי 2024

לאז זיין ס'איז בלויז אן איינרעדעניש; למעשה, וויאזוי זעט מען זיך ארויס פון דעם איינרעדעניש און מען בארואיגט די נערוון אן דעם ניקאטין? איך קען זיך אפשטעלן פאר א וויילע, אבער דאן קומט עפעס א טריגערינג פרעשור, און אודך כי עניתני…

שפילער7טן יולי 2024

באמערק דעם דמיון דערין. איך בין געווען א העווי רייכערער און א וועיפער. דו דארפסט נאר באמערקן דעם דמיון שבו, און ווי עקלדיג ס'איז, וועסטו סטאפן אין נאו טיים. נאכדעם קומט צו נאך א תנאי: דו דארפסט באמת ווילן סטאפן...

געדאנקן

דו האסט אינגאנצן געסטאפט? וויאזוי טאקע?

תיקון ברענגער

איך וועיפ אסאך, פלעג אמאל רויכערן אסאך: יאאאאאא, עס בארואיגט שטארק.

שפילער

ווייל איך האב באמערקט דעם דמיון.

געדאנקן

וואסערע דמיון?

שפילער8טן יולי 2024

אז א ציגארעטל מאכט רואיג; אז א ציגארעטל איז געשמאק אין א קיפקע; אז א ציגארעטל נעמט אוועק סטרעס – און אפילו אויב יא, לוינט זיך עס נישט.

אין קורצן

• די רויכערער: ס'בארואיגט, ס'מאכט דעם קאפ קלאר, און א ציגארעטל אויף דער פרישער לופט איז א ברעיק פונעם טעגליכן געלויף.

• די אנדערע זייט: ס'איז אן איינרעדעניש – דער צורך וואס דער ציגארעטל "שטילט" האט ער אליין באשאפן, און די רואיגקייט קומט פון טיף אטעמען.

• און ווער ס'וויל אויפהערן: באמערקן דעם דמיון, און באמת ווילן.

מקור: kaveshtiebel.sites.tab.bot/t/1888.html

צוריק צו נומער 1 PDF אראפלאדן (487 KB)