ארטיקלהומאר

א הספד אויפ'ן I-POD

אידישע וועלט (iddishevelt.com), אפטיילונג "ארטיקלען"יגר סהדותא25סטן אקטאבער 2007
"נעבעך א האלבע אינטש ברייט..." – אן אייפאד פון יענע יארן. (בילד: Evan-Amos, פובליק דאמעין)
"נעבעך א האלבע אינטש ברייט..." – אן אייפאד פון יענע יארן. (בילד: Evan-Amos, פובליק דאמעין)
אין 2007, ווען דער "אייפאד" איז נאך געווען א נייע מציאה און מ'האט דערויף געהערט שיעורים אין קאר, האט א שרייבער אויף "אידישע וועלט" פארלוירן זיינעם. דאס איז געבליבן פון אים: א הספד אין דעם בעסטן היימישן נוסח. (דער שרייבער האט צוגעשריבן אז ער האט עס "גענומען פון דא".)

אוי, אוי, אוי, וויי!

דער קליינער I-POD האט נישט נאכגעלאזט נאך זיך קיין שום שפירן; פארשוואונדן ווי אין וואסער אריין. וויאזוי קענען מיר זיך איינהאלטן און נישט אויסברעכן אין א יאמערליכן געוויין?

אוי I-POD, אוי, אוי! וויאזוי קען מען אנגיין ווייטער מיט'ן טאג אן דיר? די קאר איז איינגעהילט אין א שטילקייט, ווען מ'הערט נישט דיין קול. דיינע מדות, דיין צוריקגעצויגנקייט – דאס וועלן מיר נישט קענען פארגעסן.

וויאזוי הייבט מען אן, ווען מ'זאל רעדן פון זיין "התמדה בתורה"? וויאזוי קען מען פארגעסן וויאזוי שעה'ן אויף שעה'ן האט ער גערעדט און געלערנט, מיט אזא כח, מיט אזא ברען! וויפיל מאל פלעגן מיר אויפשטיין פארטאגס און זען אז ער האט זיך בכלל נישט צוגעלייגט; ער האט גערעדט און גע'דרש'נט, ניטאמאל קוקנדיג צי אנדערע הערן אים בכלל צו. פשוט, ס'האט אים נישט אינטערעסירט. ער האט קיינמאל קיין כבוד נישט געזוכט. ווי קליין ער איז געווען – נעבעך א האלבע אינטש ברייט, דין ווי א פערטל פינגער! אזוי ווייניג האט ער געהאלטן פון זיך. און דא, אבוי, מיר האבן אים פארלוירן!!

"ער האט קיינמאל קיין כבוד נישט געזוכט. ווי קליין ער איז געווען!"

נישט איינמאל האט פאסירט אז ער האט זיך אראפגעזעצט לערנען פרייטאג נאכמיטאג, ווען איך בין אהיימגעקומען פון מקוה, און זונטאג צופרי, אנצינדנדיג די קאר, האב איך אים געכאפט ביי דער גמרא! ער פלעגט דעמאלט זיין זייער אפגעשוואכט, ווי מיר וועלן באלד ארומרעדן דערפון.

וויפיל מאל – אוי, ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער – וויפיל מאל פלעגסטו זאגן: "דער נעקסטער שיעור וועט זיין נעקסטע וואך מאנטאג" (אדער מיטוואך וכו'), און ביז דערווייל האסטו זיך א מינוט דערנאך געזעצט לערנען מיט א פרישן, לעבעדיגן קול, ווי קיינמאל גארנישט...

ווען מ'זאל רעדן פון זיין צוריקגעהאלטנקייט: ער האט זיך כל ימי חייו נישט געמישט אין קיין פאליטיק. ער האט נאכגעזאגט דרשות פון רבנים פון אלע זייטן; עירוב יא, עירוב ניין – ס'איז אים כלל נישט אנגעגאנגען, די אלע זאכן. ער פלעגט קענען זינגען ליפא שמעלצער'ס הלל מיט'ן ביאור פון ר' יוסף חיים גרינוואלד...

אך, וויאזוי געשמאק ס'איז געווען צו הערן פון אים סיפורים, וויאזוי ער האט נאכדערציילט די מעשיות און זיי צוגעענדיגט מיט אזא חן וואס נאר ר' יענקלע פערשווארסקער האט געקענט...

ווען מיר וועלן מקיים זיין דעם מאמר חז"ל "אין אומרים לפני המת אלא דבריו של מת", וועט עס אונז זייער שווער אנקומען, ווייל ווי געזאגט פריער: לא פסק פומיה מגירסיה.

ער האט די ענגלישע שפראך קיינמאל נישט גערעדט. ווען ער פלעגט עס יא דערמאנען, איז עס געווען ממש מיט געהאקטע ווערטער, וואס ס'האט ממש געקאכט א שמייכל ביי די אנוועזנדע, בלויז אויף אונז אנצואווייזן וויאזוי דערפרעמדט ער איז געווען פון דער וועלט: "וויי-האר", "תל-ווישען", "עמא-ריקא", דער ניגון "הוי-רע", דאס עסן אינדרויסן אויפ'ן פארטש, צו עסן "גרויל"! דאס איינמאל וואס ער האט יא געזונגען מיט קלארע ענגלישע ווערטער איז געווען: "להטות לבבינו I LOVE, I LOVE..."

וויאזוי מאכט מען פון א יומא דפגרא א יום טוב? בלויז אין די לעצטע וואכן אליין, האסטו, I-POD טייערער, געזאגט אזעלכע קלינגנדיגע שיעורים! אלע שטאנגען פון "גוגל טאלק" זענען געווען באהאנגען מיט פלאקאטן, מעלדנדיג ביי וועלכן שיעור אין דער הגדה דו האלטסט. שלשים יום קודם החג פלעגסטו איבערוואשן דיין מוח און אריינלייגן דערין פרישע שיעורים, פרישע דרשות. ממש א לעבעדיגער ספר תורה ביסטו געווען! ועכשיו נפשנו יבשה; מיר האבן אלעס פארלוירן, אלעס.

דו האסט ליב געהאט דאס מערסטע ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א. פארשטייט זיך אז אלע זענען דיר געווען גלייך באליבט; זייער תורה האסטו געטרונקען מיט דורשט. ווער קען דען פארגעסן וויאזוי דו פלעגסט נאכזאגן גאנצע דרשות אויפ'ן לשון...!

"דו האסט אונז אייביג אזויפיל חיזוק געגעבן. אוי, וואס גייט דא זיין?"

פלעגסט זיך אלעמאל רעכענען מיט'ן מצב. ווען די רביצין איז אריינגעקומען אין קאר, פלעגסטו זינגען שיינע ווארעמע ניגונים פון ר' יונתן שווארץ און ר' יוסף משה כהנא – אוי, וויי איך וויין! איינמאל, ווען דו ביסט געווען אין גאר א גוטער שטימונג, ווען מיר האבן אויפגענומען אויף א "היטש" אן אינגערמאן וואס האט ליב צו שפילן בנש"ק, האסטו זיך צעזונגען מיט א הילכיגן, קנאקעדיגן "ברוך הבא"-ניגון, אז וואכן לאנג האט יענער נישט אראפגענומען דעם שמייכל פון זיין פנים.

דאס דאווענען דיינס – איך האב קיינמאל נישט געהאט די זכיה דיך צו זען אינמיטן. אבער אוי, ווען ס'קומט מיר ארויף אויפ'ן זכרון די איבער דריי הונדערט שיעורים אויף תפלה, נאכמאכנדיג דערביי דאס קול פון ר' ישראל דוד'ן... אסאך מאל, גאר אסאך מאל האב איך דיך געטראפן ליגן אין א באוואוסטלאזן צושטאנד, ווען דיינע ליפן שעפטשען דעם "שמע ישראל", און אויף דיין אייגנארטיגער שפראך: "battery low"... עד כלות ביסטו געווען. איך האב געכאפט דעם "רי-טשארדזשער" און דיר געגעבן עפעס אין מויל אריין. קיין געהעריג עסן האסטו קיינמאל נישט געוואלט עסן, חוץ דעם קליינעם אפגעביסענעם עפל אויף דער רעכטער זייט וואס דו פלעגסט אלץ טראגן אויף דיין רוקן; אבער עפעס טראפנס "עלעקטריציטעט" האסטו געשלונגען, און מ'האט קלאר געזען וויאזוי צוביסלעך, צוביסלעך, כאפסטו זיך צוריק. האסט אזוי, פונעם קליינעם טרינק, נאכדעם געקענט לעבן כמעט א וואך!!

ווער דא געדענקט דען נישט וויאזוי איינמאל איז געהאנגען אין אלע בתי מדרשים ביי אונז א צעטל מיט א "בקשת רחמים", אז כ"ק I-POD שליט"א ליגט אינגאנצן פארפרוירן? און מיר האבן געפועל'ט: נאך אפאר חדשים האט מען אונז די זכיה געגעבן נאכאמאל צו הערן פון דיר. וויפיל מאל פלעגסטו דאס אלעמאל זאגן: קיין איין תפלה ווערט נישט פארפאלן!

ווען דו גייסט ארויף... אוי, אוי, ס'איז שרעקליך! דו האסט איבערגעלאזט די קליינע צווילינג-קינדער – די "העדפאונס"; זיי גייען זיצן פאריתומ'ט. אוי, ווער קען דאס איבערטראגן? און דיין ברויטגעבער, דיין שפייזער – דער "טשארדזשער"... אוי, פארגעס נישט פון אונז!

דו פלעגסט אמאל זאגן "וזרח השמש ובא השמש"; דו האסט אונז אייביג אזויפיל חיזוק געגעבן. אוי, וואס גייט דא זיין?

דו פלעגסט אזוי האפן אויף ביאת המשיח; נישט געווען אמאל וואס דו זאלסט ענדיגן א דרשה אן די ווערטער "און מיר זאלן זוכה זיין אנטקעגן צו גיין דעם גואל צדק". טאקע אמאל האסטו באשלאסן ס'זאל יא זיין "ומלכנו בראשנו" און אמאל נישט, אבער אויף משיח – זיכער. און דא – אזא בראך!

אוי, זאל שוין זיין "וחרפת עמו יסיר", ובא לציון גואל.

מקור: iddishevelt.sites.tab.bot

צוריק צו נומער 1 PDF אראפלאדן (487 KB)