ארטיקלפעליעטאן

א ראבאטישע וועלט!

א טאג אין יענקל'ס לעבן, אין א צייט ווען אלעס ארבעט אליין

זאלצוואסער (zaltzvaser.wordpress.com)זאלצוואסער18טן אויגוסט 2013
וואס וועט זיין ווען אלעס וועט ארבעטן מיט קארטלעך, בארקאודס און סקרינס – די מקוה, דער מנין, די עליות און דער פרישטיק? דער בלאגער זאלצוואסער האט זיך אין 2013 פארגעשטעלט א טאג אין דער צוקונפט, און צום סוף געמאכט א חשבון.

עס איז יארע תפצ"ט און די וועלט איז אנגעקומען צו א מצב פון אלוועלטליכע ראבאטיזם.

יענקל ליגט אין בעט און דער אי-וועקער זייגער האקט אויף אים מיט רציחה ביז יענקל זאגט א פעססווארד און דאן לאזט עס נאך!

ארויסגייענדיג פון הויז צום קאר ווארט אויפ'ן דזשי פי עס דער זמן קרי"ש פאר'ן היינטיגן טאג, און א קליינעם סקרין קרי"ש ליינער.

יענקל קומט אן נעבן שוהל און פונדערווייטנס דערקענט מען שוין די געלע דזשעקעטס פון דער "יקום פארקינג" ארגעניזעשאן וואס העלפט ארויס טרעפן פארקינג.

ער כאפט דעם טלית בייטל און לויפט אין שול אריין, פארט אראפ מיט'ן עסקאלעיטאר וואס פירט צו דער מקוה-טיר, דארט לייגט ער אראפ זיין בייטעלע אינעם "טלית ותפילין סעלף סטארעדזש" און באקומט א קארטל זיך נישט צו פארמישן מיט א צווייטן אדער דארפן זוכן.

אין מקוה נעמט ער א סייז 16 האנטוך (ער איז געווארן עפפראווד פאר דעם גרעסערן סייז גראד נאכ'ן דורכשפאצירן דעם מקוה סקעיל…)

גייט צו דער באנק, שמירט דורך זיין מקוה-קארטל, און דער זיץ מיט די הענגערס מאכט זיך גרייט מקבל פנים צו זיין דעם חשוב'ן גאסט.

שפאצירט צו די שויערס מיט'ן האנטוך. גיט עס איבער דעם גבאי פון דער "שומרי האנטילאות" ארגאניזאציע, וועלכע האלט קאנטראל אויף די האנטוכער אז מ'זאל נישט קומען צו נעמען א צווייטנס ח"ו. און ווער רעדט נאך פון דער אומווירדיגקייט פון נעמען 2.

"ביטע ווארט אויפ'ן בעל תפלה, ער איז נאך צוויי סטאפס צוריקגעשטאנען!"

לויפט אריין אין בור, טובל'ט זיך זיינע ש"י טבילות, שפאצירט ארויס, באקומט דעם האנטוכל צוריק, און מיט א סווייפ איבער'ן בארקאוד אויפ'ן האנטוך באקומט ער גענויע דירעקציע'ס: דיינע בגדים זענען ביי באנק 16 זיץ 11 פארגעס נישט דיין קאפל.

און אזוי קומט יענקל ארויס און לויפט צום ערשטן שטובל זיך מיטכאפן מיט'ן מנין, פירט דורך זיין מעמבער קארטל ביי דער טיר; נאר אזוי עפנט זי זיך! אבער עס רופט אויס: דיזער מנין איז שוין פול; אויב זענט איר גרייט צו שטיין, דאן דרוקט ענטער און נעמט א תחנון שטענדער פון דער לינקער זייט.

יענקל פליקט ארויס דעם טלית פון בייטל; ער האט נישט קיין געדולד צו ריסטארטן זיין בייטל און ווארטן ביז ס'ווארימט זיך אן, היינט וועט ער לייגן א קאלטן טלית. דעם תפילין בייטל שטעקט ער יא איין אינעם יו עס בי פארט, זאל עס זיך אביסל אנווארימען.

ברכו נפשי…. ער גיט א שנעלן סלייד אויפ'ן סידור, עס קומען ארויף צוויי אפשאנס. ספרד, אדער אשכנז? ער סעלעקט שנעל ספרד. ער האט נישט קיין צייט היינט, א שאדע אז ער האט נאך נישט געבוקמארקט זיין נייעם סידור.

און…. נאך דאס פעלט אים אויס. זיין סידור האט א וויירוס און ס'לאזט נישט נאך, עס האלט אינאיין איבערזאגן: ביטע ווארט אויפ'ן בעל תפלה, ער איז נאך צוויי סטאפס צוריקגעשטאנען!

ער לויפט צום אנדערן מנין, פליט אריין ווען די טיר עפנט זיך פאר א צווייטן. און די טיר רופט אויס: ביטע שטייט אוועק פון דער טיר, דאס איז א פארנדיגער מנין!!!

די געלט גייערס גייען ארום מיט די איי-קאלעקטער און סווייפן די בארקאודס ביי יעדן. א בחור לייגט אריין א בי און באקומט א דאלער פופציג, אן אינגערמאן לייגט אריין וכו'. אט דרייט זיך ארום אן אידל פון עזה און ער האט נישט די מאשינקע, ער בעט אן אינגערמאן זאל אים בארגן זיינס.

מ'פארקויפט די עליות, עס קומט ארויף אויפ'ן סידור א פאפ-אפ כאטש ס'איז סתם אזוי געבלאקט, אבער דער גבאי טוט עס אווערריידן. "קויפט די היינטיגע עליות פאר 10 דאללער ביי איט נאו! אדער קענט איר בידן דא. נ.ב. אין דעם מנין זענען דא 3 כהנים 1 לוי און 14 אומבאקאנט!"

צייט לויפט. יענקל דארף היינט אוועקדאווענען ביחידות א חלק ניכר, ער וועט שוין לייגן ר"ת שפעטער. עס קומט ארויף א "עראר אלערט" אויפ'ן סידור: "דו האסט נאכנישט געזאגט קוה, און עלינו, ווי אויך שופר און לדוד. ביטע דרוק דא צו הערן שופר, און לייג אריין א צייט פאר ר"ת, דער צאת איז היינט 9:00 אזייגער"

יענקל לייגט שנעל אריין די רעמיינדער, און קליקט סקיפ אויף די איבריגע, מ'לייגט ארויף די תפילין אויפ'ן תפילעסקעלעטאר און די רצועות לייגן זיך צוזאם ווי ניי, און מ'לויפט!!!

ער באמערקט א מודעה אויפ'ן אי-בארד ביי דער טיר, גאנץ אינטערסאנט, איינער האט צו פארקויפן א סעט פעססווארדס מיט נאר 10 אותיות! מוז זיין עפעס א ירושה! זיכער צו טייער פאר אים.

מיט דער גאנצער געיאגעניש קען אבער יענקל נישט פארזעהן אז עפעס א בהלה טוהט זיך קעגן איבער, פול מיט שנעלע-הילף וואלונטירן, יעדער זיצט ארום די מאשינקעלעך און מ'קאמיוניקירט מיט'ן באטראפענעם וועם מ'העלפט דא.

וואס גייט פאר? פרעגט יענקל

גארנישט ספעציעל! טעקסט אים דער רויטער אינגערמאן דארט וואס האט געליינט אויף זיין רעקל סקרין אז ער וויל וויסן וואס דא איז געשען.

איינער האט זיך אויסגעשפארט! זיין טיר עפנט זיך נישט אליינס! האט מען גערופן חברים, זיי קענען זיך אויס מיט די אמאליגע טעקניקן וויאזוי מ'עפנט א טיר.

ב"ה גארנישט געשען מ'קען פארן ווייטער! מ'האט שוין געהערט אזוינס אז מ'דארף מעניועלי עפענען א טיר! זאל מען האבן אפגעקומען די עבירות מיט דעם.

און דער טאג פאנגט זיך אפיציעל אן!!!

יענקל זעצט זיך אריין אין קאר, און פארט צום דרייווטרו ברעקפעסט טאנעל! יענקל האט ליב צו קומען דא צוליב דעם אמת'ן סלאגאן אויף דער טיר. "פארט אריין הונגעריג, קומט ארויס זאט, אין 2.5 מינוט".

מ'שטעלט אן דעם היומען נעוויגעיטאר אויף ברעקפעסט מאוד און עס קומט ארויף אן אראנדזש אלערט: "היינט קענסטו עסן 2 האלוויט ברויט מיט אוואקאדא, א האלבן קאפ אראנדזש דזשוס! ווייל דו האסט שוין געטרונקען נעכטן צו פיל! פליז סעלעקט, 1. פולע מעניו 2. סאפלעמענט אין פיללס 3. אינהעילער (אריין אטעמען) סאפלעמענט.

יענקל האט ליבערשט צו זעהן דאס עסן, עס מאכט אים זיך דערמאנען פון די אלטע היים! בכלל איז ער שטארק מקפיד אויף מנהגים, אלזא ער וויל פול מעניו. העכסטנס וועט ער מוזן בייסן און שלינגען, דאס לעבן איז נישט גרינג!

מען פארט אין דער ארבייט אריין. יענקל'ס ארבייט איז נישט קיין גרינגע, עס דערמאנט אין דער עבודת פרך פון מצרים ווען מ'האט געבויט פיתום און רעמסס און צום סוף איז עס געווארן צעווארפן. ער ארבייט פאר א ריזיגן שיך-מאניופעקטשורער. אין זיין דעפארטמענט לייגט מען אריין די דזשי פי עס אפאראט אונטער'ן שיך וואס האלט קאנטראל אויף די קינדערלעך.

זיין ארבעט איז גאר א שווערע, ער איז ביים ריטוירנס-דעפארטמענט, וואס שיקט ארויס סיגנאלן פאר די עלטערן וואס די קינדערלעך זענען ארויס פון די 2.2 בלאקס רעדיאס און מ'דארף זיי ריטוירנען.

אבער וואס טוט מען נישט פאר פרנסה?

היינט איז א גאר גרויסער טאג אין דער ארבעט! דער בעל הבית'ס אי-ריעדער האט היינט געענדיגט א מסכת! דער בעה"ב נעמט אפיר דעם כלי און קוקט מיט גרויס פרייד ווען טרערן קומען אים אין די אויגן אז נאך אזויפיל מאל ריסטארטן די מאשינקע איז עס אנגעקומען צום "דאונלאוד קאמפליט". און יעצט האפט ער אז ער וועט קענען זיך נעמען צו דער נעקסטער מסכת בעז"ה.

די ארבייטער האבן אלע צוזאמען געברענגט א שיינעם בלומען-פאד וואס טוישט זיך פון טרויבן צו טשעריס און אזוי ווייטער! אלעס לכבוד דעם סיום.

די ארבייט דארף דאך געטוהן ווערן! און יענקל שטעקט איין זיינע ידים אין דעם קאמפיוטער פינגער ריעדער, דאס טוט מער-ווייניגער די ארבעט, אבער דאס לאזט אים נישט אוועקרירן זיך פונעם קאמפיוטער פאר א האלבע שעה צייט! הוי וואס האבן אונזערע זיידעס דען געוואוסט?

✦ ✦ ✦

אונזערע באבעס פלעגן 3 טעג נאכ'ן וואשן וועש נישט קענען רירן די הענט פון די בלוטערן און אויסשלאגן ביים וואסער.

אונז דארף מיר א פוילישע ערלית צו דרוקן דעם באטטן און מ'קען נישט נאכקומען!

אונזערע אייניקלעך וועלן דורכגיין מיט די בגדים א "קלייד וואש" און צאלן טעקס פאר די סערוויס.

✦ ✦ ✦

אונזערע זיידעס זענען געזעצן געבויגן א גאנצן טאג איבער א באנק פון האלץ און געהאקט נעגל און געבלוטיגט פאר'ן טולער.

אונז זיץ מיר ביים קאמפיוטער און שיקן אימעילס. און מ'האט נישט קיין צייט צו אטעמען.

אונזערע קינדערלעך וועלן זיצן אויסגעצויגן אויף די לופט און טראכטן פון מאכן געלט און דאס וועט זיין גענוג! זיי וועלן קרעכצן אז זייערע זיידעס האבן נישט געוואוסט וואס ארבייט מיינט.

✦ ✦ ✦

איך מיין ס'איז צייט צו מאכן א שטיקל חשבון! אן אמת'ן חשבון! וויפיל פון אונזער טייערער צייט גייט פאר וויכטיגס? און וויפיל נישט?

עס רעדט פאר זיך אליינס! צינדט אן דעם מוח! ער האט אויך א תפקיד אויף דער וועלט!

מקור: zaltzvaser.sites.tab.bot/t/415.html

צוריק צו נומער 1 PDF אראפלאדן (487 KB)