וועכנטליכער קאלוםדי תגובה פון דער וואך
"איך אליין קען מיך אויך נישט"
יעדע וואך קלייבן מיר אויס איין תגובה פון די ארכיוון: א שארפע, א חכמה'דיגע, א ווארעמע.
דער צושטאנד: נאוועמבער 2012. שוין צוויי וואכן זוכט קאווע טרינקער אויף קאווע שטיבל א האטעל פאר א שבת מיט'ן ווייב (זעט "היינט מיט X יאר צוריק"). ער האט שוין באקומען לייקוואוד, ניו דזשערזי, קאנעטיקעט און א גאלף-קלוב. אט קומט דער ניק bush מיט נאך אן עצה, אויף ענגליש: "בארא פארק האט עטליכע שיינע האטעלן, און וויליאמסבורג האט צוויי. וואו דו וואוינסט נישט – פאר אין דער אנדערער שטאט." דער ענטפער:
קאווע טרינקער בוש, שלום עליכם. דו קענסט מיך נאך נישט אזוי גוט (איך אליין קען מיך אויך נישט). איך וויל אוועקפארן אויף א שבת צווישן אידן, אן קיין שטריימלעך, און ווערן סערווירט כשר'ע מאכלים.
און די צוויי תגובות וואס זענען נאכגעקומען
א שעה שפעטער ארום האט שמעקעדיג געפרובירט צו העלפן:
שמעקעדיג לייקוואוד האט שטריימלעך? כ'מאך נאר א ווערטל... אבער די שטריימלעך ווערן בטל בשישים. איך מיין אז אזוינס וועסטו נאר טרעפן אין ארץ ישראל. נעם דיר אליין מיט עסן.
קאווע טרינקער זיך פארערן אליין מיט'ן טשאלנט? נע.