וועכנטליכער קאלוםחידות

חידות פון די ארכיוון

א באל, א מאשין, א ראד מיט דריי באלן, און א גאנצער עולם וואס זינגט – פרובירט אליין, די ענטפערס זענען אונטן

קאווע שטיבל, "סייענטיפישע קושיות, רעטענישן, היכי תימצאס און איבעיות" און "לייז אויב ביסט קלוג"מי אני, ונבנתה העיר, דיכטער און די חברים2015–2024
דאס ראד פון חידה 2: וועט עס זיך דרייען? (געצייכנט פאר "ארכיוו")
די חידות פון קאווע שטיבל גייען ווייטער. דאס מאל: דריי קורצע שאלות וואס כמעט יעדער ענטפערט אויף זיי פאלש, א ראד וואס "דארף" זיך דרייען, און א קשיא וואס יעדער וואס איז געווען ביי א חתונה האט זיך שוין אמאל געפרעגט.
חידה 1: דריי שנעלע שאלותמי אני, אפריל 2020

מי אני האט ארויפגעלייגט א בילד מיט דריי שאלות:

א) א באל און א שטעקן קאסטן צוזאמען $1.10. דער שטעקן קאסט $1 מער ווי דער באל. וויפיל קאסט דער באל?

ב) אויב 5 מאשינען מאכן 5 שטיקלעך אין 5 מינוט, וויפיל מינוט וועלן 100 מאשינען דארפן צו מאכן 100 שטיקלעך?

ג) אין אן אזערע וואקסט א פלעק בלעטער. יעדן טאג ווערט ער צוויי מאל אזוי גרויס. אין 48 טעג פארדעקט ער די גאנצע אזערע. אין וויפיל טעג פארדעקט ער האלב אזערע?

חידה 2: דאס ראד מיט די דריי באלןונבנתה העיר, מערץ 2015

"שמעו נא רבותי דיינים מומחים": א ראד וואס קען זיך פריי דרייען ארום זיין מיטל, און אויף אים זענען באפעסטיגט דריי גלייכע באלן, אויף גלייכע ווייטקייטן איינער פונעם צווייטן: איינער ליגט גלייך אויף דער רעכטער זייט, און צוויי אויף דער לינקער – איינער אביסל העכער, איינער אביסל נידעריגער (ווי אויפ'ן בילד). אויף דער לינקער זייט איז דאך מער וואג. וועט זיך דאס ראד אליין דרייען, ביז די וואג וועט זיין גלייך אויף ביידע זייטן, אדער נישט? "ביטע זייט עס מסביר אויף אידיש."

חידה 3: פארוואס זינגט א עולם שיין?ונבנתה העיר, אויגוסט 2018

רוב מענטשן וואס איך קען זינגען נישט שיין, סיי אין קול, סיי אין טאן. מיין שאלה איז: פארוואס, ווען א גרויסער עולם זינגט צוזאמען, הערט זיך עס יא שיין? צי איז פשט אז רוב מענטשן קענען טאקע יא שיין זינגען, אדער נאמר אז יעדער פאר זיך זינגט טאקע געפערליך, אבער זייערע חסרונות זענען קעגנזייטיגע – איינער קראצט אהער און איינער אהין, איינער ארויף און איינער אראפ – אזוי אז זיי מעקן זיך אויס, און דער דורכשניט איז א געשמאקער קול מיט א גלאטן טאן?

די ענטפערס

1) (מי אני) די שנעלע ענטפערס – 10 צענט, 100 מינוט, 24 טעג – זענען אלע פאלש. די ריכטיגע: א) 5 צענט (דער שטעקן קאסט דעמאלט $1.05, און צוזאמען $1.10); ב) 5 מינוט (יעדע מאשין מאכט איין שטיקל אין 5 מינוט); ג) 47 טעג (ווען עס טאפלט זיך יעדן טאג, איז עס א טאג פאר'ן סוף געווען האלב). דאס רופט זיך דער "קאגניטיוו רעפלעקשאן טעסט" (CRT). דער פסיכאלאג דר. שעין פרעדעריק האט אים געמאכט צו אנאליזירן וויאזוי א מענטש טראכט: צי ער גייט גראד צו דעם ענטפער וואס זעט אים אויס פשוט ובמושכל ראשון, אדער ער איז נישט נבהל להשיב, נאר טראכט אריין אין דער שאלה און קומט אזוי צום ריכטיגן ענטפער. [פארקירצט]

2) עס וועט זיך נישט דרייען (ישראל קאפקע, געפילטע פיש, קול דודי). ביי א זאך וואס דרייט זיך, איז נישט דער וואג וואס רעכנט זיך, נאר דער וואג מאל די האריזאנטאלע ווייטקייט פונעם מיטל. די רעכטע באל איז פונקט צוויי מאל אזוי ווייט פונעם מיטל ווי די צוויי לינקע (געפילטע פיש), און די צוויי לינקע צוזאמען וועגן דאך צוויי מאל אזוי פיל – איז עס גלייך. קול דודי: "נקוט כלל זה בידך: ווען מ'רעדט פון עפעס וואס דרייט זיך ארום, ברויך מען טראכטן פון טארק במקום וואג... ווי הרב ארכימדס האט אונז געלערנט." מ'דארף עס נישט מעסטן, נאר קענען אביסל געאמעטריע: די לינקע באלן שטייען אויף 60 גראד, און cos 60 = 0.5.

3) גדליה: דאס קול לויפט דורך כוואליעס; ווען טויזנט קולות שטויסן זיך אן איינער אין צווייטן, ווערט באשאפן א פרישע קול, און מען הערט נישט מער קיין איינצלנע קנייטש אהער אדער אהין – נישט ווייל עס ווערט פארלוירן, נאר ווייל עס איז א נייע קול. berlbalaguleh: א געווענליכער מענטש פארמאגט נישט דעם גאנצן "רעינדזש" וואס מאכט א ניגון געשמאק פאר'ן אויער, חוץ בארימטע גאט-געבענטשטע זינגער; ווען אסאך מענטשן זינגען צוזאמען, ווי אין א קאפעליע, איז יעדער משלים וואס עס פעלט דעם צווייטן. "היינו טעמא פארוואס אן ארקעסטער איז זייער שיין און געשמאק צו הערן."

און צום סוף: א חשבון

מיר האבן שוין אלע געהערט דעם אויסדרוק "א בילד רעדט מער פון טויזנט ווערטער". אבער פון וויפיל ווערטער רעדט א ווידעא? אין דורכשניט פארמאגט א ווידעא 60 בילדער א סעקונדע. לויט דעם קומט אויס אז א ווידעא וואס געדויערט זעכצן און צוויי דריטל סעקונדעס רעדט מער פון א מיליאן ווערטער: 60 בילדער מאל 16 און צוויי דריטל איז 1,000, מאל 1,000 איז א מיליאן. און א בוך פארמאגט אין דורכשניט "בלויז" ארום 100,000 ווערטער... (דיכטער, 2024)

ענטפערט אים ונבנתה העיר: "מ'דארף מדייק זיין דעם הייליג לשון – א 'בילד' רעדט מער פון טויזנט ווערטער. א בילד דייקא. א ווידעא, אפילו פון דער זעלבער סצענע, איז אפט ווייניגער ווי ווערטער."

מקור: kaveshtiebel.sites.tab.bot/t/2500.html

צוריק צו נומער 3 PDF אראפלאדן (430 KB)