לך לך – פארוואס הערסטו נישט?!

פרשת לך לך – דער רוף וואס גייט צו יעדן איד, אין יעדן דור

קאווע שטיבל, פארום "תורה און מחשבה" ("מיט א טיפערן בליק")א שעפעלע26סטן אקטאבער 2023, פרשת לך לך תשפ"ד
יעדע וואך האט א שרייבער מיט'ן ניק "א שעפעלע" ארויפגעלייגט אויף קאווע שטיבל א שמועס אויף דער פרשה, אונטער'ן נאמען "מיט א טיפערן בליק". דא איז זיין שמועס אויף פרשת לך לך.

א גוטן טייערע חברים וידידים..!

די תורה הקדושה הייבט אן אונזער פרשה מיט דעם ציווי ה' צו אברהם אבינו "לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך" אברהם אבינו דארף נעמען זיין וואנדער שטעקן אין די הענט אריין און פארלאזן זיין לאנד און זיין היימשטאט און זיין פאטער'ס הויז, און ער זאל ווענדן זיינע טריט "אל הארץ אשר אראך" צום לאנד וואו איך וועל דיר ווייזן.

חז"ל זאגן אין מדרש, און רש"י ברענגט אן ענדליכן לשון, "ולמה לא גילה לו?, כדי לחבבה בעיניו וליתן לו שכר על כל פסיעה ופסיעה". פארוואס האט השי"ת נישט תיכף ומיד דערציילט פאר אברהם אבינו וואו אהין ער דארף גיין, נאר אנשטאט דעם געזאגט "אל הארץ אשר אראך - צום לאנד וואס איך וועל דיר ווייזן", דאס איז אלעס געווען כדי עס זאל ווערן מער באליבט ביי אים און אז ער זאל באקומען שכר אויף יעדן איינציגסטן טריט וואס ער גייט בשעת ער ווייסט נישט וואו אהין.

אבער באמת קען מען אריינקלערן, פארוואס האט אויסגעפעלט אז אברהם אבינו זאל נישט וויסן וואו אהין ער גייט כדי ער זאל באקומען שכר אויף יעדן טריט?, מיר געפינען דאך אין חז"ל אז ווען אן איד גייט אין בית המדרש צו דאווענען אדער צו לערנען, באקומט ער 'שכר פסיעות' אויף די אלע טריט, ווייל יעדער טריט צו א מצוה איז חשוב און הייליג, כאטש מיר ווייסן פונקטליך וואו אהין מיר גייען, אויב אזוי פארוואס איז דארט געווען אנדערש אז מ'האט געדארפט פארהוילן פון אברהם אבינו וואו אהין ער דארף גיין?.

און בכלל געפינען מיר אז דער אייבישטער האט אים קלאר געזאגט "לך לך - להנאתך ולטובתך" אז דאס גאנצע גיין איז א טובה פאר אים, און ווי רש"י ערקלערט, ושם אעשך לגוי גדול, וכאן אי אתה זוכה לבנים, ועוד שאודיע טבעך בעולם, אז דווקא דארט אינעם נייעם פלאץ דארט וועט ער זוכה זיין צו קינדער און אז זיין נאמען זאל ווערן גרויס, אבער דא נישט, "וכאן אי אתה זוכה" דא קענסטו נישט זוכה זיין. זעען מיר פון דעם אז השי"ת האט אים יא גרינגער געמאכט דאס גיין דורכ'ן אים דערציילן אז עס וועט ארויסקומען פון דעם א תועלת און א טובה און דורכדעם וועט ער געהאלפן ווערן.

יעצט, אויב ס'איז געווען אן ענין אים צו מאכן שווער דעם וועג, ווי מען לערנט בפשטות די סיבה פארוואס השי"ת האט אים נישט געוואלט מגלה זיין וואו צו גיין, אויב אזוי פארוואס האט אים דער אייבישטער יא מבשר געווען די בשורה טובה אז דארט וועט ער געהאלפן ווערן, לכאורה וואלט דער נסיון געווען אסאך גרעסער און שווערער אויב ער וואלט געמיינט אז דאס וועט בכלל נישט זיין קיין טובה פאר אים.

צוויי מענטשן הערן די זעלבע זאך און גייען אוועק מיט אנדערע מסקנות

איז איידער מיר קומען צום מוסר השכל וואס מיר קענען בעזהשי"ת ארויסנעמען פון דא, לאמיר קודם מקדים זיין אן אינטערסאנטע ערשיינונג וואס מיר באגעגענען גאנץ אפט אין פארשידענע חלקים פון אונזער לעבן, און זיך אביסל פארטיפן דערין בסייעתא דשמיא.

לאמיר אנפאנגן מיט א פשוט'ן משל: ראובן און שמעון זענען צוויי עלטערן וואס שיקן זייערע קינדער אינעם זעלבן מוסד. איין טאג האט דער מוסד פאררופן א חינוך אוונט וואו די עלטערן וועלן האבן די געלעגנהייט צו קומען און הערן תוכנ'דיגע דרשות בנוגע דעם ענין פון חינוך הבנים והבנות.

ראובן און שמעון שטעלן זיך ביידע צו מיט גרויס פונקטליכקייט, אכט אזייגער אין אווענט, באלד נאכ'ן עפענען די טויערן פונעם זאל, קומען זיי ביידע צו גיין, זיי נעמען א גוטן פלאץ און האלטן מיט דעם גאנצן פראגראם, זיי ביידע זיצן און לייגן צו אן אויער צו די ווערטער פון די בעלי דרשנים. אבער דאך, ווען דער אווענט ענדיגט זיך, דערקענט זיך א ריזיגער קאנטראסט צווישן זיי. ראובן קומט ארויס אינגאנצן אנגעווארעמט, ער האט געהערט גאר אסאך אינטערסאנטע אינפארמאציע, און ער האט אין זיין טאש בערך פיר פינעף נייע פראקטישע עצות אין חינוך וואס ער האט קונה געווען ביי די רייכע דרשות, ער איז גרייט שוין אנצוהייבן מיט עקסטאז, און ער קוקט שטארק ארויס אויף דער נאנטער צוקונפט אין וועלכער ער האפט בעזהשי"ת אויפצוהייבן דעם חינוך פון זיינע קינדער און עס ברענגן צו פרישע שטאפלען דורך די גוטע מהלכים וואס די ערפארענע מחנכים האבן מיטגעטיילט.

דאגעגן שמעון קומט ארויס פון דארט מיט אן אראפגעלאזט פנים, און ווען איינער פרעגט אים וואס ער האט דארט געהערט, ענטפערט ער מיט קענטיגער ביטערניש "איך האב נישט קיין אהנונג פארוואס איך בין בכלל געקומען, מ'האט גערעדט און גערעדט אבער גארנישט געזאגט, ס'איז אינגאנצן נישט געווען צו דער זאך, איך האב נישט געהערט קיין איין חידוש און קיין איין פראקטישע עצה" און אזוי ווייטער.

יעצט לאמיר זיך נישט נארן, דאס איז ממש 'מעשים בכל יום' וואס מיר לעבן מיט, צוויי מענטשן קענען הערן די זעלבע זאך, זיי קענען זיצן ביי דער זעלבער דרשה, און איינער הערט עפעס און איינער נישט.

וואס באמת איז עס טאקע א וואונדער, וויאזוי קען דאס זיין? מילא אויב מ'וואלט זיך געקריגט בנוגע דער שטימע פונעם בעל דרשן אויב ס'איז שיין אדער נישט, אדער אויב ער האט גערעדט געשמאק אדער נישט, אויב זיינע מליצות און משלים זענען געווען טרעפליך אדער נישט, נו, ביי דעם פארשטייען מיר וויאזוי ס'קען זיין חילוקי דיעות ווי דער מאמר החכם אז 'על טעם וריח אין להתווכח', עס האט נישט קיין פשט צו פירן ויכוחים אויף א טעם וריח, יעדער האט ליב אנדערע זאכן און יעדער האט אנדערע סארט תענוגים און הנאות. אבער ווען מ'רעדט לגבי דעם תוכן פון די רייד און דעם אינהאלט פון די דברי חכמה וואס א בעל דרשן האט פארגעלייגט פאר'ן ציבור, וויאזוי קען זיין אז איינער האט געהערט הערליכע רעיונות, און אין דער זעלבער צייט שרייט זיין שכן אז 'ער האט גארנישט געהערט'? צי דען זאגט איינער פון זיי ליגענט?.

פארוואס הערט איינער יא און איינער נישט?

און דער אמת איז אז מ'קען מאריך זיין אין דעם און ברענגן צענדליגע דוגמאות פון אונזער חיי היום יום, וואו עטליכע מענטשן הערן די זעלבע זאכן און די זעלבע נקודות, און איינער דערהערט עס אלס חידושים און אינפארמאטיוו, און דער צווייטער דערהערט עס אלס דברים בטלים און פוסטע רייד.

עס קענען זיצן צוויי בחורים אין ישיבה ביי דער פתיחת הזמן דרשה פונעם ראש ישיבה, און פאר איינעם איז עס ממש מחייב, ער האט געהערט ווי דער ראש ישיבה האט געמאנט און געפאדערט און גערעדט פון פרישע פלענער און גרויסע שאיפות פאר'ן נייעם זמן באגלייט מיט פראקטישע קבלות און הדרכות, און דער צווייטער זיצט אדורך די גאנצע דרשה און שפירט ווי דער האן אין בני אדם, ער האט נישט געהערט קיין שום משמעות'דיגן געדאנק, אין זיינע אויערן איז עס בלויז א געמיש פון ווערטער אן קיין שום זאך וואס רעדט צו זיין נפש.

ענדליך צו דעם געפינט מען ווען צוויי אידן האבן מיטגעמאכט די זעלבע סארט נסיון, ביידע זענען ליידער אדורך א געוויסע שוועריגקייט; ביידע זענען קלוגע, פארשטענדליכע, און ענערגישע מענטשן, איינער פון זיי איז געוואקסן און געשטיגן הויעך פון זיין נסיון, ער האט דערהערט אז דאס איז א שליחות וואס מ'האט ארויפגעווארפן אויף אים פון הימל, ווי מיר האבן שוין עטליכע מאל דערמאנט די נקודה אז ס'איז פארהאן מענטשן וואס האבן פארוואנדלט זייערע נסיונות אין א לייכטטורעם פאר אנדערע, זיי האבן זיך אריינגעלייגט אין דעם נושא, זיי האבן שטודירט די געוויסע שוועריגקייט, זיי האבן זיך איינגעקויפט ערפארונג, און דערמיט האבן זיי געעפנט א מוסד, אן ארגעניזאציע, א חסד אימפעריע, וכדומה, וואס דאס איז די מציאות און פאקט וואס ליגט אונטער אסאך פון אונזערע חשוב'ע און בארימטע מוסדות וואס זענען געקומען צו גיין מתוך צרה וצוקה, דורך א ווייטאגליכע מיטמאכעניש וואס איין איד איז אדורך און ער האט באשלאסן דאס צו דערהייבן גאר הויעך...

אבער אין דער זעלבער צייט איז זיין חבר, וועלכער איז פונקט אזוי געשיקט און געלונגען ווי ער, געבליבן זיצן צעבראכן און צעקלאפט פון זיין שווערע דורכגאנג, ער האט נישט דערהערט אין דעם קיין שום געטליכן רוף, ער האט נישט געזען אין דעם קיין געלעגנהייט, אדרבה, ער איז נאר געווארן מער צעמישט און מער חרוב ונחרב דורך זיינע צרות. נו, וויאזוי קען דאס טאקע זיין? פארוואס איינער הערט איין זאך, און נישט סתם א זאך, נאר א גרויסע און ריזיגע זאך, און אין דער זעלבער צייט הערט א צווייטער גארנישט? וואס קומט דא באמת פאר?!.

אלעס ווענדט זיך אין דער כוונה וויאזוי מען קומט הערן

נאר דער אמת איז אז דער חילוק ליגט באגראבן אין די מענטשן זעלבסט. דער כוח השמיעה פון אן איד איז געוואנדן אין אים אליינס, אין זיינע כוחות הנפש, און ווי גרייט ער איז צו הערן און מקבל זיין.

ווען די צוויי עלטערן זענען אריינגעקומען צו דער זעלבער דרשה, איין טאטע איז געקומען מיט א התעוררות, מיט א תשוקה צו הערן, ווייל ער זוכט צו שטייגן, ער איז א מבקש, ער שפירט אז זיין חינוך קען זיין בעסער, און ער ווארט צו הערן א גוט ווארט אדער הדרכה אין דעם נושא. און ממילא ווען מ'קומט צו גיין אזוי, הערט מען שוין איינמאל! זיין נפש איז אפן און גרייט מקבל צו זיין, און אפילו אויב דער בעל דרשן האט נישט מחדש געווען קיין ריזיגע חידושים, אבער ער האט שוין עפעס געהערט, ער האט שוין ארויסגענומען חיזוק און ער איז גרייט צו ארבעטן דערמיט.

דאגעגן זיין חבר איז געקומען צו גיין אויף יוצא צו זיין, ער האט נישט קיין ברירה ווייל דער מוסד פון זיין קינד האט דאך פארלאנגט אז די עלטערן זאלן קומען צו א חינוך אווענט. בלית ברירה שלעפט ער אהין זיינע פיס, און ער האט הונדערט און איין זייטיגע סיבות פארוואס ער איז געקומען, ער וויל ווייזן פאר'ן מוסד אז ער שטעלט זיך צו, ער וויל קענען ענטפערן מארגן פאר זיינע קינדער אז ער איז געווען, ער קען באשטיין אז פלוני זאל אים זען דארט, ער וויל אויך טרעפן זיין זוהנ'ס מלמד, וכדומה, אלע סארטן מחשבות און חשבונות, אבער נאר נישט דעם עיקר... ער איז אינגאנצן נישט געקומען הערן, עס אינטערסירט אים נישט, און ער זוכט דאס נישט. און אויב דאס הארץ איז פארמאכט און די אויערן זענען פארשטאפט, אודאי הערט מען נישט.

און דאס זעלבע איז מיט'ן ישיבה בחור וואס זיצט ביי דער פתיחה דרשה, אלעס ווענדט זיך וויאזוי ער איז אנגעקומען צו דער דרשה, מיט וואס פאר א געפיל און וויפיל הכנה האט ער געמאכט פון פריער, און וויפיל השתוקקות האט ער צו מצליח זיין. ווייל נאר דעמאלטס ווען דאס הארץ איז אפן און גרייט צו דערהערן קען מען טאקע הערן.

מ'דארף האבן שכל צו דערהערן און אויסנוצן דעם בת קול

און אזוי איז באקאנט פונעם בעל שם טוב הקדוש זי"ע וואס האט געזאגט, חז"ל לערנען אונז (אבות פ"ו מ"ב) אז יעדן טאג גייט ארויס א בת קול פונעם הר חורב צו ערוועקן אידן תשובה צו טוהן. און לכאורה איז שווער, וואס איז דער ציל פונעם בת קול אויב קיינער הערט דאס סייווי נישט. איז דער בעל שם הק' מסביר אז דער 'בת קול' דאס ברענגט אריין א התעוררות תשובה אין אן אידיש הארץ, כאטש דער מענטש הערט טאקע נישט דעם בת קול מיט זיינע אויערן, דאך גייט עס אריין אינעווייניג אין זיין פנימיות, און זיין נשמה ווערט ערוועקט צו תשובה. און אויב אן איד האט א השתוקקות צו תשובה, ער ווארט אויף א געלעגנהייט און וויל באמת תשובה טוהן, און ער האט דעם ריכטיגן שכל אויסצונוצן די געלעגנהייט ווען ער שפירט ביי זיך א התעוררות, דעמאלטס פארשטייט ער טאקע גלייך אז דאס קומט פונעם בת קול וואס ערוועקט אים פון הימל צו תשובה, און ער נוצט באמת אויס די התעוררות תשובה צו טוהן. מה שאין כן אויב אן איד האט נישט קיין שכל, 'דערהערט' ער נישט די ערוועקונג צו תשובה, און ער מאכט זיך נישט וויסענדיג דערפון, און אזוי ארום לאזט ער ארויס די התעוררות פון אונטער זיינע הענט און ער טוהט נישט קיין תשובה. (זע דגל מחנה אפרים פרשת ויקרא)

און גענוי דאס איז דער ענין וואס מיר האבן פריער געשמועסט ווען אן איד מאכט חלילה מיט א שווערן נסיון, וכדומה, דאן ווענדט זיך אלעס אינעם מקבל, אויב פארשטייט ער אז דאס איז א התעוררות-רוף פון אויבן און אז מען ווינקט אים פון הימל, דעמאלטס קען ער טאקע זוכה זיין צו דערהערן און מקבל זיין די געטליכע שליחות וואס ליגט באהאלטן פאר אים אינעם נסיון. אבער איינער וואס האלט נישט ביים הערן, ער טראכט נישט אריין און איז זיך נישט מתבונן ווי עס דארף צו זיין, דער הערט טאקע גארנישט דארט.

די אהבה צו כלל ישראל אן קיין שום תנאים

אצינד לאמיר צוריקקומען צו אונזער פרשה. דער רמב"ן פרעגט א באקאנטע קושיא, פארוואס האט די תורה הקדושה אונז נישט 'פארגעשטעלט' אביסל ווער דאס איז אברהם אבינו, וואס איז זיין יחוס, זיין היסטאריע, זיין השתלשלות, אזויווי מיר געפינען ביי אנדערע מענטשן אין די תורה וואו די תורה הקדושה איז מקדים ווער עס איז געווען אדם הראשון, נח, און אזוי ווייטער, נאר אנשטאט דעם הייבט די תורה גלייך אן צו דערציילן ויאמר ה' אל אברם לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך, אז דער אייבישטער האט אים געהייסן גיין, נאך איידער מיר ווייסן אפילו ווער ער איז. און בפרט אז מיר ווייסן אז ס'איז דא אסאך צו דערציילן איבער דעם לעבן פון אברהם אבינו, זיין מסירות נפש אין אור כשדים און ווי ער איז געראטעוועט געווארן פונעם פייער, דאס איז דאך ממש פון די יסודות פון כלל ישראל, און די תורה ברענגט עס בכלל נישט.

ענטפערט דער מהר"ל פון פראג זי"ע (אין ספר דרך חיים אויף פרקי אבות) אויב די תורה הקדושה וואלט קודם דערמאנט די צדקות און די גדלות פון אברהם אבינו, וואלטן מיר געמיינט אז טאקע צוליב דעם האט השי"ת אים אויסגעוועלט און אים מקרב געווען צו זיך, אברהם מיט זיינע קומענדיגע דורות, אלעס צוליב זיין גרויסקייט און זיינע מעשים טובים, וואס דאס מיינט אז עס איז בלויז א "אהבה תלויה בדבר" א ליבשאפט וואס איז אנגעוואנדן אין א געוויסער סיבה, און ממילא אויב חלילה אין די שפעטערדיגע דורות וועלן אידן זיך נישט פירן אזוי גוט, קען דאך ח"ו זיין "בטלה האהבה" ווייל די אלטע סיבה און די אמאליגע ליבשאפט איז שוין נישט דא. דערפאר האט די תורה נישט געשריבן קיין שום מעלה פון אברהם אבינו, דאס קומט אונז לערנען א מוסר השכל, זאגט דער מהר"ל, "אבל עתה שלא הקדים לומר צדקות אברהם, ור"ל לא בשביל שום צדקות בחר באברהם ובזרעו, רק שבחר באברהם ובזרעו מצד עצמם ולא בשביל דבר שהיה אפשר לומר שכאשר בטל אותו דבר בטלה האהבה", השי"ת האט בוחר געווען אין אברהם אבינו אן קיין שום טעם, עס האט נישט געהאט צו טוהן מיט זיינע גרויסע מדריגות און מיט זיין קדושה און צדקות, נאר השי"ת האט אויסגעוועלט אין אים און אין זיינע קינדער עד סוף כל הדורות מיט א "אהבה שאינה תלויה בדבר" א שטענדיגע אהבה וואס ווערט נישט בטל אין קיין שום מצב, נישט קיין חילוק וויאזוי אידן פירן זיך אויף.

און באמת ווערט טאקע געברענגט אין ספרים הקדושים אז דער רוף פון "לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך" איז נישט געווען בלויז אן איינמאליגער רוף צו אברהם אבינו בימים ההם, נאר דאס זענען נצחיות'דיגע ווערטער, עס איז אן אייביגער רוף וואס השי"ת רופט צו יעדן איד אין יעדן דור, דער אייבישטער רופט צו יעדן פון אונז אז מיר זאלן זיך אפשאקלען פון אונזער ארציות און חומריות, פארלאזן אונזערע געוואוינהייטן און רצונות, און מיר זאלן זיך אויפהייבן און שטייגן העכער און אנקומען צום ציל פון זיך דערנענטערן לעבודתו יתברך שמו.

וואס צוזאמען מיט די ווערטער פונעם מהר"ל שטימט דאס גאר גוט. דאס הייסט, טאקע ווייל דער אייבישטער וויל אז יעדער איינציגסטער איד זאל קענען דערהערן דעם רוף, און זיך נישט מייאש זיין און איינרעדן אז ער איז נישט אברהם אבינו און ער איז בכלל נישט מסוגל צו הערן דעם דבר השם, דערפאר האט די תורה בכלל נישט מקדים געווען איבער דער גרויסקייט פון אברהם אבינו, אונז צו לערנען אז עס זענען נישט פארהאן קיין שום 'תנאים' צו דעם רוף, מ'דארף נישט אריינשפרינגן אין קאלך-אויוון כדי אז השי"ת זאל אונז רופן און וועלן דערנענטערן צו אים, נאר דאס איז א רוף וואס יעדער איינער קען הערן, נישט קיין חילוק אין וועלכן מצב ער געפינט זיך.

קומט אויס אז די תורה הקדושה רעדט דא צו יעדעם איינעם ממש, צו איך און דו, און רופט אונז און איז אונז מעורר זיך אויפצוהייבן, זיך צו טוישן, און מקיים זיין לך לך מארצך.

ווי מער שווער און פרעמד עס קוקט אויס, אלס גרעסער איז די הצלחה

אבער ווי מיר האבן שוין אסאך מאל דערמאנט, וואס איז טאקע איינס פון די הויפט סיבות פארוואס מ'זעט נישט אין גרויסן ווי מענטשן טוישן זיך מיט א שינוי לטובה און נעמען זיך אין די הענט אריין מיט דראסטישע שריט?, וואס איז די זאך וואס האלט צוריק זייער אסאך מענטשן פון זיך רוקן פאראויס?, דאס איז דער 'פחד פון דעם אומבאקאנטן', ער ווייסט נישט וויאזוי עס וועט זיך אויסארבעטן, אדער וויאזוי ער וועט אויסקוקן נאכ'ן מאכן דעם טויש, און דעריבער האט ער מורא אהינצוגיין.

עס איז גאנץ פשוט צו פארשטיין אז יעדער מענטש איז באקוועם מיט זיין יעצטיגן מצב, דא איז אים גוט, דא האט ער חברים און א סביבה, דא ווייסט ער פונקטליך וואס און וויפיל ער נעמט זיך אונטער. אבער 'דארט'? אה, דארט איז דער וועג נאך בכלל נישט אויסגעטרויטן פאר אים.

למשל אויב א בחור אין ישיבה וואס ביז יעצט איז ער געווען א דורכשניטליכער 'בינוני', און פון יעצט און ווייטער וויל ער זיך אנשטרענגן מער, שטייגן העכער און ווערן א 'מצויין', דאן האט ער א שרעק, ווער ווייסט וואס וועט פאסירן מיט זיינע ביז-יעצטיגע חברים, אפשר וועט ער זיי פארלירן? און בכלל, ווער זאגט אז ער קען זיך אונטערנעמען צו זיצן מער שעות אין בית המדרש? איז ער טאקע גרייט אויפצוגעבן אויף זיין פרייע צייט און זיין בין הסדרים? און אזוי ווייטער פארשידענע שאלות און ספיקות וואס נאגן אים אין זיין הארץ.

און פארשטייט זיך אז אין טאג-טעגליכן לעבן איז עס דא אויף אסאך העכערע שטאפלען אויך. למשל, ווען א מענטש האט א ביזנעס, און עס קומט אונטער א געלעגנהייט אריינצושפרינגן אין א נייעם פראיעקט אדער א גרויסער אונטערנעמונג, וועלן זיך רוב מענטשן נישט איילן דערצו, ווייל מען גלייכט נישט זיך אונטערצונעמען ריזיקעס און זאכן וואס מ'ווייסט נישט וויאזוי עס וועט דעמאלטס זיין און וואס מ'וועט אלס דארפן טוהן דערצו. ווי חז"ל זאגן, אדם רוצה 'בקב שלו' יותר מתשעה קבין של אחרים, א מענטש וועט זיך אסאך שנעלער באגנוגן מיט דעם ביסל וואס ער פארמאגט ביז יעצט, ווייל דאס קען ער שוין און מיט דעם איז ער באקוועם, און ער זוכט נישט די גרויסע און גאלדענע גליקן וואס זענען אים דערווייל אומבאקאנט און אומזיכער.

אבער דאס איז א חלק פונעם טעות! מ'דארף נעמען אין אכט אז געווענליך די קליינטשיגע שינויים וואס דער מענטש איז גרייט צו מאכן, די קליינע 'קינדער טריט' וואס ער גרייט זיך צו רוקן פאראויס, דאס זענען על פי רוב נישט קיין גרויסע גליקן, נישט דארט שטעקט זיין ריזיגע הצלחה און זיין געוואלדיגער שינוי לטובה. ווייל וויפיל דער מענטש איז באקוועם זיך צו רוקן ווייטער, דאס מיינט אז עס גייט נישט דא פאסירן קיין דראסטישע חידושים, און טאקע פארדעם איז ער מסכים צו שטעלן די פאר טריט פאראויס, ווייל עס מיינט כמעט גארנישט ממשות'דיג.

אנדערש איז אבער דארט וואו ער שפירט א פחד, דארט וואו די אומזיכערקייט רייסט שטיקער פון אים, דארט וואו ער ציטערט צו שטעלן א פיס ווייל ער ווייסט נישט וואס וועט זיין און וויאזוי עס וועט זיך אויסארבעטן, אט דאס איז דער גרעסטער באווייז אז ס'רעדט זיך פון עפעס מער ערנסט! אה, דא רעדט מען שוין פון ערנסטע פארשריט, וואס פון דעם האט א מענטש מורא.

און דאס איז מרומז אינעם "אל הארץ אשר אראך" וואס השי"ת זאגט צו יעדן איד ווי דערמאנט. דו מענטש דו מוזט זיין גרייט זיך ארויסצולאזן אויף אן אומבאקאנטע רייזע, צו אן ארץ לא זרועה, צו א פלאץ וואס דו ווייסט נישט אויב עס וועט דיר באמת געלונגען אדער נישט. און יא עס איז טאקע שווער און פרעמד, אבער נאר דעמאלטס קען מען מאכן אן אמת'ן טויש און זוכה זיין צו 'שכר על כל פסיעה ופסיעה'.

[פארשטייט זיך אז מען דארף האבן דעם ריכטיגן שיקול-הדעת, און מ'מוז זיין גוט אויספלאנירט פון פריער, און מ'טאר זיכער נישט אריינשפרינגן בלינדערהייט אין יעדער זאך וואס מ'האט מורא דערפון. אבער עכ"פ אונזער נקודה איז, אז דאס קען דינען אלס א 'סימן' פאר'ן מענטש; אויב האט ער מורא פונעם עתיד, ער איז נישט זיכער און באקוועם דערמיט, איז דאס גאנץ א שטארקער באווייז אז עס רעדט זיך פון אן ערנסטן שינוי, און ס'איז כדאי זיך מתבונן צו זיין דערין ווייל אפשר לוינט זיך עס].

דער מענטש ווייסט קלאר אז עס איז א טובה פאר אים

איז ווען השי"ת שטייט און רופט צום איד און בעט זיך ביי אים לך לך מארצך, ר' איד דערהייב זיך העכער! לאז אפ דיינע ביז יעצטיגע וועגן, נעם דיך אין די הענט אריין, באניי זיך מיט א התחדשות און מאך א שינוי לטובה. און דער מענטש ווייסט גאנץ קלאר און דייטליך אז עס איז "לך לך - להנאתך ולטובתך" אז דאס וועט זיין די גרעסטע תועלת און תכלית פאר אים, עס איז שוין העכסט צייט זיך צו טוישן און ווערן מער אויסגעהאלטן, מער ערליך, מער תורה'דיג, מער אויסגעארבעט אין מידות, און ער ווייסט זייער גוט אז עס איז א מצב פון "וכאן אי אתה זוכה!" אויב בלייב איך וואו איך בין דאן וועט פון מיר גארנישט ווערן ח"ו... עס איז נישט מעגליך פאר מיר אזוי צו זיין אן איד, צו פירן א שטוב, מחנך צו זיין מיינע קינדער, אויב בלייב איך קלעבן אין מיין יעצטיגן מצב און איך טויש נישט מיינע שלעכטע געוואוינהייטן, התנהגות, סביבה, וכדומה.

און טאקע דערפאר שרייבט די תורה ארויס דעם חלק פון להנאתך ולטובתך, ווייל דאס איז קלאר ביי יעדעם איינעם, עס איז בכלל נישט קיין סוד און ס'איז אינגאנצן נישט פארהוילן פונעם מענטש אז אויב ער וועט זיך אוועקרייסן פון זיין ביז-יעצטיגער געוואוינהייט וועט דאס זיין פאר אים די גרעסטע טובה, ער ווייסט דאס שווארץ אויף ווייס! אבער מיט דעם אלעם בלייבט עס נאך אלס זייער א גרויסער און שווערער נסיון, און ער קען כמעט נישט פועל'ן ביי זיך צו דערהערן דעם רוף פון השי"ת זיך צו טוישן, ווייל ער איז נישט באקוועם און ער האט מורא, און ער זוכט זיך נישט קיין נייע זאכן...

און אז מען בלייבט איינגעזינקן אין דער טבעיות'דיגער פוילקייט און מ'שטאפט זיך צו די אויערן, דעמאלטס הערט מען נישט!, אזויווי מיר האבן פריער דערמאנט אז דער וואס האלט נישט ביים הערן הערט נישט, און אויב מ'קומט נישט גרייט מיט א רצון און א תשוקה פון זיך וועלן טוישן, דאן איז נישט דא פון וואס צו רעדן.

מען דארף קומען גרייט און מיט א שטארקן ווילן!

דערפאר ברענגט דער מדרש אין אונזער פרשה, דעם פסוק אין שיר השירים (ח' ט') וואס השי"ת האט געזאגט אויף אברהם אבינו, "אם חומה היא נבנה עליה טירת כסף" אויב איז ער אזוי שטארק ווי א מויער, ער שטייט פעלזן פעסט, דאן קען איך בויען ביי אים א זילבערנעם פאלאץ, "ואם דלת היא נצור עליה לוח ארז" אויב איז ער אבער נאר ווי א האלצערנע טיר, דאן קען מען נישט מער ווי ארויפמאלן אויף דעם א בילד וואס האלט זיך פאר א קורצער צייט און במשך הזמן ווערט עס אפגעמעקט... און ווי עס איז מבואר אין ספרים די כוונה פונעם מדרש, אז השי"ת האט קודם געוואלט זען אויב אברהם אבינו איז שטארק ביי זיך, אויב ער שטייט ווי א דיקע מויער און אן אומבויגזאמע וואנט, דאן קומט אויס אז ער איז א כלי מחזיק ברכה, ער איז ראוי צו השראת השכינה, און ער וועט דאס אויסנוצן ווי עס דארף צו זיין. אבער איינער וואס איז נאר ווי א 'דלת' ווי א טיר וואס וואקלט זיך אהין און צוריק און שטייט נישט אויף איין פלאץ, עס ווערט געעפנט דורך יעדן ווינט און יעדן ריר, דאן איז נישט פארהאן ביי אים קיין מקום פאר אמת'דיגע השראת השכינה. ער קען טאקע זוכה זיין אין קלייניגקייטן, א צייטווייליגע דערהויבנקייט, א גוטע מינוט דא און דארט, אבער עס וועט זיך נישט האלטן צו לאנג, "מה הצורה הזו אינה אלא לשעה, כך אין אני מתקיים עליו אלא לשעה"...

וואס דאס איז די הדרכה און דער יסוד פאר יעדן איד אין יעדן דור וואס צו אים איז דאך אויך געוואנדן דער רוף פון לך לך מארצך. און ווי געזאגט דארף מען טאקע נישט זיין קיין אברהם אבינו, מ'דארף נישט זיין קיין צדיק יסוד עולם כדי זוכה צו זיין צו דעם רוף. אבער וואס יא? וואס איז דער איינציגסטער תנאי וואס אן איד דארף יא האבן פון פאראויס כדי צו קענען 'דערהערן' דעם הייליגן רוף, און וואס פעלט זיך אויס אז זיין נשמה זאל באמת קענען איינזאפן און ארייננעמען אין זיך דעם הייליגן רוף, ער זאל גוט הערן און עס זאל אים אויפוועקן און ברענגן נענטער צום באשעפער?.

לערנט אונז דער מדרש, אז מען מוז האלטן דערביי! מ'מוז וועלן הערן און מ'מוז קומען גרייט מקבל צו זיין, מ'דארף קומען מיט א פעסטער החלטה אזויווי א חומה בצורה, מ'דארף זיך אנגארטלן מיט אן אייזערנעם ווילן פון וועלן אריינשפרינגן אינעם שינוי לטובה, און זאגן "זאל זיין וואס זאל זיין, איך רוק מיך פאראויס, איך גיי שטייגן, איך גיי זיך טוישן"... אבער אויב מען קומט נאר ווי די טיר וואס שאקלט זיך אהין און אהער, מ'לייגט בלויז צו א האלבן אויער, אבער מ'איז נישט גרייט מקבל צו זיין, מ'איז נישט גרייט ארויסצוגיין פון דער באקוועמער זאנע, דעמאלטס קען מען טאקע נישט זוכה זיין, און דעמאלטס דערהערט מען נישט חלילה דעם הייליגן רוף פון השי"ת.

לסיכום, געדענק

  • השי"ת רופט צו יעדן איד אין יעדן דור און בעט פון אים "לך לך מארצך", הייב זיך אויף און שאקל זיך אפ פון דיין ארציות און קום נענטער צו מיר.
  • דער איינציגסטער וועג צו קענען דערהערן דעם רוף איז נאר אז מ'מאכט אפ מיט א פעסטן רצון און תשוקה אז מ'וויל עס הערן און מ'וויל זיך באמת טוישן.
  • געדענק! די אלע שינויים וואס א מענטש האט מורא צו מאכן, דארט וואו ער שפירט פארלוירן און פרעמד, דארט ליגט געווענליך זיין הצלחה..

א לעכטיגן שבת קודש!

מקור: kaveshtiebel.sites.tab.bot/t/16657.html

צוריק צו נומער 2 PDF אראפלאדן (179 KB)