וועכנטליכער קאלוםשמועסן אויף דער סדרה

וואו איז אברהם אבינו געבוירן געווארן?

אור כשדים, חרן, אדער גאר כותא – א קורצער שמועס אויף קאווע שטיבל

קאווע שטיבל, פארום "היסטאריע"דולה ומשקה (עפנער), און די חברים24סטן – 30סטן אקטאבער 2014
די פרשה הייבט זיך אן מיט "לך לך מארצך וממולדתך", אבער וואו איז געווען אברהם אבינו'ס "מולדת"? אין דער וואך פון פרשת לך לך תשע"ה האט מען דאס געפרעגט אויף קאווע שטיבל. דא איז דער גאנצער שמועס.
דולה ומשקה24סטן אקטאבער 2014

דער אבן עזרא נעמט אן על פי פשוטו של מקרא אז אברהם אבינו איז געבוירן געווארן אין אור כשדים, זיין ראיה איז פון דעם פסוק (בראשית יא כח) "וימת הרן על פני תרח אביו, בארץ מולדתו באור כשדים".

דער רמב"ן איז שטארק חולק אויף דעם, ווייל פון דעם פסוק איז בכלל נישט דא קיין ראי' אויף אברהם, דא שטייט אז אור כשדים איז געווען די געבורטס-שטאט פון הרן, עס איז בכלל נישט מוכרח אז אברהם אבינו איז אויך דארט געבוירן.

ווען אברהם אבינו האט געשיקט אליעזר צו טרעפן א ווייב פאר זיין זוהן יצחק, האט אים אברהם אזוי געזאגט (בראשית כד ד): "כי אל ארצי ואל מולדתי תלך, ולקחת אשה לבני ליצחק". און צו וואו האט אים אברהם אבינו געשיקט? נישט קיין אור כשדים, נאר אברהם האט געשיקט אליעזר קיין ארם נהרים עיר נחור, וואס דאס איז בכלל נישט "אור כשדים".

אברהם אבינו איז געווען פון די אייניקלעך פון 'שם בן נח', די כשדיים זענען געווען אייניקלעך פון חם. חז"ל זאגן אונז (בבא בתרא צא ע"א) אז אברהם איז געבוירן געווארן אין כותא. דער רמב"ם (מורה נבוכים ח"ג כט) ברענגט א ראי' צו דעם חז"ל פון ספרי האומות.

נאר פון דעם נביא ישעיה (כג יג, ועי' ברד"ק שם) איז משמע אז די כשדיים האבן אסאך ארומגעוואנדערט, זיי האבן איינגענומען שטחים און שפעטער זענען געקומען אנדערע וואס האבן פארטריבן די כשדיים, אזוי איז געגאנגען חוזר חלילה, ווען מ'האט זיי פארטריבן זענען זיי געגאנגען ווייטער און כובש געווען דארט. מחמת דעם אין שפעטערע תקופות האט מען גערופן ארם נהריים מיט'ן נאמען 'ארץ כשדים', ווייל זיי זענען דארט אנגעקומען און זיך דארט באזעצט פאר א לענגערער תקופה.

אלזא, הרן איז געבוירן אין דעם ארגינעלן אור כשדים, וואס די תורה דערמאנט, משא"כ אברהם אבינו איז געבוירן געווארן אין 'כותא' וואס דאס איז אין דער געגענט פון ארם נהריים, וואס אין א שפעטערער תקופה האט מען דאס גערופן 'ארץ כשדים', אבער דאס איז בכלל נישט דער ארגינעלע 'אור כשדים'.

זוכער24סטן אקטאבער 2014

דער רמב"ם ברענגט א גמרא אז אברהם נחבש בכותא. פון רש"י אנהייב לך איז אויך משמע אז רש"י האט אנגענומען אור כשדים אלץ אברהם אבינו'ס געבורט-שטאט.

מ גפני28סטן אקטאבער 2014

ס'ליגט מיר אין זכרון אז דער פלאץ הייסט "אור" כשדים אלץ דאס פייער - קאלך-אויוון אין וואס נמרוד האט אריינגעווארפן דעם זיידן אברהם, קומט אויס אז אפילו ער איז נישט דארט געבוירן געווארן האט ער אבער דארט געווען אלץ יונג קינד

געפילטע פיש29סטן אקטאבער 2014

וויאזוי וואלט ער געקענט געבוירן ווערן אין אור כשדים אויב דער נאמען איז ערשט געקומען ווען ער איז שוין געווען לפחות דריי יאר אלט?

דולה ומשקה29סטן אקטאבער 2014

ביי דער מעשה מיט דעם קאלעך-אויוון איז אברהם שוין געווען בערך 60 יאר אלט, ווייל דאס איז געווען נאך דעם דור הפלגה, ביי דער דור-הפלגה מעשה איז ער געווען 56 בערך.

ציבעלע-קיגל30סטן אקטאבער 2014

אדער אין קרית יואל אדער אין שיכון סקווירא

מקור: kaveshtiebel.sites.tab.bot/t/7436.html

צוריק צו נומער 2 PDF אראפלאדן (179 KB)