ארטיקלהיסטאריע

די וועלט איז רונדיג, אדער פלאך?

ערשטער טייל: "מראש צורים אראנו" – פון די בבליים ביז תלמי

קאווע שטיבל, פארום "היסטאריע"יידל4טן נאוועמבער 2012
האבן טאקע אלע געמיינט ביז קאלאמבוס'ס צייטן אז די וועלט איז פלאך? יידל האט זיך גענומען נאכפארשן, און געפונען א גאנץ אנדערע מעשה – פון פיטאגאראס און אריסטו ביז תלמי'ס "אלמאגעסט".

איך הייב דא אן א באשרייבונג איבער אן אינטערעסאנט קאפיטל אין דער היסטאריע, אין וועלכן דער פשוט'סטער יסוד אין סייענס – די פארעם פון דער וועלט – איז געקומען אונטער א פראגע-צייכן. איך האב אין אנהייב געפלאנט צו שרייבן בלויז איבער די חלק, וויאזוי מענטשן האבן געוואלט אויפווייזן אז קרום איז גראד און רונדיג איז פלאך, אבער נאכ'ן דורכליינען און דורכטוהן דעם נושא, האט זיך עס ביי מיר פיל פארברייטערט איבער דער גאנצער היסטאריע און סייענס וואס האט צו טוהן מיט דער וועלט'ס פארעם. איך האב צעטיילט וואס כ'האב געשריבן אין אפאר קאפיטלעך, און איך לייג יעצט ארויף דעם ערשטן טייל; האפנטליך וועלן די קומענדיגע טיילן נאכפאלגן בקרוב, כפי מסת הפנאי.

[פארקירצט]

וויאזוי האט מען אמאל אנגעקוקט די וועלט? ווער און ווען איז געקומען צו דער הכרה אז די וועלט איז א גלאבוס? וואס זענען געווען די הוכחות? ליינט מיט שפאנונג...

יעדער ווייסט אז אמאל פלעגט זיין די אנגענומענע מיינונג אז די וועלט איז פלאך. צו טענה'ן אז די וועלט איז רונדיג האט מען געדארפט זיין אן אויבערחכם, ווייל ווי-נישט-ווי האט מען נישט מער ווי געדארפט ארויסגיין אויף דער גאס און זען מיט די אייגענע אויגן אז די וועלט איז טאקע פלאך. דער מיטאס (myth) גייט, און אזוי 'ווייסט' יעדער איינער, אז ביז קריסטאפער קאלאמבוס איז נישט געפארן קיין אמעריקע, האט יעדער איינער געמיינט אז די וועלט איז פלאך און אז אויב וועט מען אריינפארן אינעם אקעאן וועט מען אראפפאלן פונעם ערד-פלאך. קאלאמבוס האט אבער געהאלטן אז די וועלט איז רונדיג, און כדי אויפצווייזן אז ער ווייסט וואס ער רעדט האט ער אונטערגענומען א נסיעה ארום דער וועלט און אזוי ארום האט ער אנדעקט אמעריקע. לאמיך ציטירן פון די ווערטער פון הידען המופלג "לכתחילה אריבער" פון אייוועלט ווי ער שרייבט אין אן אשכול מיט'ן קעפל "אנדעקט אמעריקע! 'קריסטעפער קאלומבוס'":

לכתחילה אריבער אנדערש ווי רוב וואס האבן נאך געמיינט אז די וועלט איז פלאך, האט "קריסטעפער קאלומבוס" געהאלטן אז די וועלט איז רונדיג, און וויבאלד די "גרויסקייט פון די וועלט" האט ער אונטערגעשאצט, האט ער געהאלטן אז מען קען אנקומען פון שפאניע וואס איז אויף די לינקע עק פון אייראפע, צו די לענדער פון אינדיע, כינע, יאפאן ועוד, וואס איז אויף די רעכטע עק פון אזיע, דורכ'ן ים; וויבאלד פון די קאנטינענט פון אמעריקע האט מען דאך אין יענע צייט נישט געוואוסט, האט ער געהאלטן אז די וואסער וואס פאנגט זיך אן ביי די גרעניץ פון שפאניע, גייט גראד צו די עק פון אזיע.

עד כאן וואס יעדער איינער 'ווייסט'. דאס איז אבער א מיטאס. קרוב צו צוויי טויזענט יאר בעפאר קאלאמבוס האט שוין כמעט קיינער נישט געהאלטן אז די וועלט איז פלאך. דער אמת'ער אמת איז, אז מען קען נישט וויסן וואס דער המון עם האט געהאלטן, פשוט ווייל דער המון עם האט נישט ארויסגעגעבן קיין ביכער (אויב יא זענען זיי דאך נישט פון די המון עם...). אבער די עליטע, די חכמים, די עדיוקעטעד, האבן מיט אן איבערוויגנדן רוב געהאלטן אז די וועלט איז א גלאבוס. און מיר ווייסן אויך ווער איז שולדיג אין דעם מיטאס, און וויאזוי עס איז געווארן פאפולער, אבער דאס איז נישט פאר יעצט. אפשר אלס עפילאג וועל איך עס באשרייבן אין קורצן.

(הערה בעלמא: איך מיין חלילה נישט אונטערצורייסן החכם המושלם והמופלג לכתחילה אריבער. אייגענטליך, אינעם ערשטן דרעפט פון דעם פאוסט האב איך אליינס געשריבן ווי פאלגנד: "יעדער ווייסט אז אמאל פלעגט זיין די אנגענומענע מיינונג אז די וועלט איז פלאך. דער ערשטער אויפצווייזן אז די וועלט איז רונדיג איז געווען קריסטאפער קאלאמבוס." אבער נאכ'ן אנהייבן נאכזוכן די זאך בין איך סורפרייזט געווארן אז כ'האב געלעבט אין א טעות. מיין צוצייכענען צו לכתחילה אריבער'ס ווערטער איז נאר אנצואווייזן ווי שטארק דער מיטאס איז פארשפרייט אז אפילו אזעלכע ידענים מופלגים ווי ער זענען זיך טועה.)

איז אויב נישט קאלאמבוס, ווער יא? לאמיר אלזא זען ווען איז די וועלט געקומען צום שכל איבער איר אייגענער פארעם. די אור-אלטע בבליים און מצריים האבן אלע פארשטאנען פאר א פשטות אז די וועלט איז פלאך ווי א פאפן דעקל און די הימלען זענען איבערגעצויגן איבער דער ערד ווי א שלאק. (וואס האבן די אידן געהאלטן? אויף דעם קוק שפעטער). ווי מ'זעט פון אלע זייערע געשרייבאכצער האבן זיי אנגעקוקט די וועלט ווי א דריי-סלייס קוכן. פון אויבן די הימל וואס איז ווי א שלאק אדער ווי א דאום, פון אינמיטן די וועלט, פלאך און רונדיג (ווי א האנט-מצה), און פון אונטן דער טיפער אפגרונט, וואו אלע נישט-גוטע (שדים, רוחות, מתים, אפגעטער און ווער ווייסט וואס נאך) געפונען זיך.

דער ערשטער חכם אויפצוקומען מיט דער טעאריע אז די וועלט איז גאר רונדיג איז געווען דער באקאנטער גריכישער מאטעמאטיקער און פילאזאף פיטאגאראס (געלעבט בערך ג' ק"צ – ג' רס"ה אין דער תקופה פון סוף בית המקדש הראשון). פיטאגאראס איז ברייט באקאנט פאר זיין "פיטאגארישן פרינציפ", וועלכער ווערט דערמאנט אין חז"ל (אן פיטאגאראס' נאמען) און דער ר"ש אין כלאים (פ"ה מ"ה) ברענגט עס אראפ בשם "חכמי המדות". לויט א לעגענדע איז ער גאר דער וואס איז אויפגעקומען מיט'ן ווארט "פילאזאפיע", וואס איז א צוזאמשטעל פון צוויי גריכישע ווערטער, פילא – ליבשאפט און זאפיע - חכמה.

עס איז אינטערעסאנט צוצולייגן כבדרך אגב רעדנדיג פון פיטאגאראס, אז דער איטאליענישער פילאזאף, טיאלאג, אסטראלאג און פאעט טאמאסא קאמפאנעלא האט געשריבן בשם אמבראזיאס (אמבראזיאס איז געווען דער ארכי-בישאף פון מילאן, איטאליע) אז פיטאגאראס האט געשטאמט פון אידן און אז זיינע חכמות זענען אלע געקומען פון אידישע מקורות. פארשטייט זיך אז עס איז אוממעגליך דאס צו באשטעטיגן אדער אפפרעגן, עס איז אבער דאך אן אינטערעסאנטער קוריאז.

צוריק צו דער וועלט'ס פארעם. מיינטס נישט אז פיטאגאראס האט געוויסט אז די וועלט איז רונדיג ווייל ער איז עפעס געווען קליגער ווי אלע חכמים אין זיין צייט. בכלל נישט. פיטאגאראס' סברא אז די וועלט איז רונדיג איז געווען באזירט אויף אן אינטערעסאנטע פילאזאפיע וועלכע האט געלויטעט אז די וועלט דארף לכאורה האבן די איידעלסטע, שלימות'דיגע פארעם וואס איז שייך. א גלאבוס איז לויט פיטאגאראס געווען דער מערסט-געאייגנטער קאנדידאט פאר דעם פארעם, וויבאלד עס פארמאגט נישט קיין עק.

פיטאגאראס' סברא איז אבער בכלל נישט געווארן פאפולער. זיינע אייגענע תלמידים האבן ווייטער גע'טענה'ט אז זייער רבי איז נישט גערעכט און די וועלט איז א פלאכער דיסק (דאס הייסט רונדיג אבער פלאך, ווי א האנט-מצה). למעשה אבער האט פיטאגאראס' שיטה אזויפיל אויפגעטוהן אז די חכמים פון יענער צייט האבן אנגעהויבן שפעקולירן אז מעגליך איז די וועלט נישט פלאך נאר רונדיג, כאטש רוב האבן עס טאקע אפגעווארפן.

דער בארימטער גריכישער חכם השלם (וועמען דער רמב"ם לויבט אויס ביז'ן הימל) אריסטו (געלעבט אין די צייטן פון חורבן בית ראשון) איז געווען דער ערשטער צו ברענגן קלארע הוכחות אז די וועלט איז רונדיג. דער געדאנק אליין אז די וועלט איז רונדיג האט אריסטו גע'ירש'נט פון זיין רבי'ן אפלאטון, און מעגליך אויך די הוכחות. אבער למעשה איז ער געווען דער ערשטער אראפצושרייבן מיט א קלארקייט הוכחות ברורות, און נישט סתם סברות, אז די וועלט איז יא א רונדיגע טאבע.

אריסטו'ס הוכחות זענען געווען גאר פשוט. די ערשטע הוכחה וואס אריסטו האט געברענגט איז פון א ליקוי לבנה. ווען עס איז דא א ליקוי לבנה, קען מען זען די וועלט'ס שאטן אויף דער לבנה, און עס איז קלאר רונדיג. דאס וואס דער שאטן וואס מען זעט אויף דער לבנה איז טאקע פון דער וועלט, איז געווען באזירט אויף וואס ער האט געהאט מקובל פון טעלס פון מילעטוס (געווען גראדע א רבי פון פיטאגאראס) וועלכער האט גע'טענה'ט (אזוי ווי עס איז טאקע דער פאקט) אז א ליקוי לבנה געשעהט ווען די וועלט שטעלט זיך צווישן דער זון און דער לבנה, און דער וועלט'ס שאטן שלאגט זיך אפ אויף דער לבנה.

"קרוב צו צוויי טויזענט יאר בעפאר קאלאמבוס האט שוין כמעט קיינער נישט געהאלטן אז די וועלט איז פלאך."

די צווייטע הוכחה פון אריסטו איז געווען פון די שיפן וואס פארן אינעם אקעאן. ווען א שיף פארלאזט דעם בארטן, פארט עס א לאנגע שטרעקע ביז עס ווערט פארשוואונדן אויפ'ן האריזאנט. אריסטו האט אבער באמערקט אז די שיפן ווערן נישט פארשוואונדן אויפ'ן האריזאנט פון איין סעקונדע אויף דער אנדערער נאר צוביסלעך. קודם ווערט די אונטערשטע ווענט פון דער שיף פארשוואונדן. דערנאך ווערט דער דעק פארשוואונדן. און צום לעצט ווערן די זעגלען פארשוואונדן. דאס האט געפירט אריסטו צו דער מסקנא אז די וועלט איז רונדיג, ווייל אויב איז עס פלאך וואלט די גאנצע שיף געדארפט פארשוואונדן ווערן אויף איינמאל.

די דריטע הוכחה זיינער איז געווען פון די שטערנס און זייער לאקאציע. אריסטו האט גע'טענה'ט אז ווען די וועלט איז ווען פלאך וואלטן מיר איבעראל געדארפט זען די זעלבע שטערנס. פארוואס? ווייל פונקט ווי ווען מיר זענען אין א גרויסן זאל, קענען מיר זען דעם גאנצן דאך פון אלע עקן פונעם זאל, אזוי וואלטן מיר ווען געדארפט זען דעם זעלבן הימל פון אלע פלעצער. דערווייל, ווי נאר מיר גייען אפאר מייל זעהן מיר א נייעם הימל מיט הונדערטע נייע שטערנס וואס מען זעט נישט אפאר מייל ארויפצו. דאס, האט ער גע'טענה'ט, איז נאר מעגליך אויב די וועלט איז רונדיג, און ווען מ'גייט אפאר מייל זעט מען שוין א נייע חלק פון די הימל וואס מ'האט נישט געקענט זען פריער ווייל פריער איז מען געווען אוועקגעבויגן דערפון.

אלע גריכישע פילאזאפן האבן אנגענומען אריסטו'ס הוכחות, און פון אפלאטון ביז ארכימעדעס האבן אלע פה אחד געשריבן אז די וועלט איז א גלאבוס. עס איז שווער צו וויסן וואס דער המון עם האט געהאלטן, פשוט ווייל דער המון עם האט נישט איבערגעלאזט קיין שריפטן פון וואו מ'קען זען וואס זיי האבן געהאלטן. עס איז גאנץ מעגליך אז די פשוטי העם האבן ווייטער געהאלטן אז די וועלט איז פלאך. אבער דאס ווייסן מיר זיכער אז פון אריסטו'ס צייטן און ווייטער, איז ביי די חכמי אוה"ע שוין בכלל נישט געווען קיין שמועס איבער וואס די פארעם פון די וועלט איז. די שמועס איז געווען איבער דעם סייז פון דער וועלט, די ווייטקייט פון דער זון וכדומה. די אלע גריכישע חכמים וואס האבן פרובירט צו מעסטן דעם סייז פון דער וועלט מיט פארשידענע חשבונות, למשל דורך מעסטן ווי שנעל די זון פארט פון איין פלאץ צום צווייטן און אזוי ווייטער, האבן אלע אריינגענומען דער וועלט'ס פארעם – א גלאבוס – אין זייערע חשבונות.

נאך יארן וואס מען האט שטודירט, געמאסטן, אפגעפרעגט און פארראכטען, איז געקומען דער גריכישער גיאגראף, מאטעמאטיקער און אסטראנאם קלאודיאוס תלמי (געלעבט אין דער תקופה פון גלייך נאכ'ן חורבן בית שני) און צוזאמגענומען און אויסגעארבעט אלע שיטות און חשבונות צו איין מעכטיגן, אויסגעארבעטן מהלך און האט דאס פובליצירט אין זיין גאר בארימטן בוך, באוואוסט מיט'ן אראבישן נאמען "אלמאגעסט" (דער מעכטיגסטע). תלמי'ס שיטה איז באקאנט היינט צו טאגס אלס געאצענטריזם, וואס באדייט אז דאס לייגט די וועלט (געא אין גריכיש) אינמיטן (צענטר אין גריכיש) פונעם גאנצן יקום, און די זון מיט אלע פלאנעטן און שטערנס דרייען זיך ארום איר. די סיבה פארוואס עס ווערט גערופן מיט דעם נאמען איז ווייל יארן שפעטער איז געקומען קופערניקוס און ער איז אויפגעקומען מיט א נייעם מהלך אז די זון איז אינדערמיט און אלעס דרייט זיך ארום איר. אבער פארשטייט זיך אליינס אז תלמי'ס עיקר חידוש איז נישט געווען נאר דער חלק אז אלעס דרייט זיך ארום די וועלט. זיינע חידושים זענען אויך באשטאנען פון די סייזעס פון אלע פלאנעטן, זייערע ארביטס (די וועג וויאזוי זיי דרייען זיך ארום די וועלט און ווי לאנג עס נעמט) און אזוי ווייטער און ווייטער מיט אלע דעטאלן.

די ליינער האבן רעאגירט

> חאצקל: א הערליכער ארטיקל, עס איז שפאנענד, אינפארמאטיוו און אינטעליגענט. יש"כ. איך וויל דא קאמענטירן לגבי די ערשטע צוויי באווייזן פון אריסטו אז די וועלט איז רונדיג. די ערשטע סברה אז דער שאטן פון דער וועלט זעט זיך אויף דער לבנה געבויגן איז פאר מיין המון עם'דיגע אויגן נישט קיין באווייז כפשוטו, ווייל וויאזוי וואלט דען דער שאטן פון א פלאכע וועלט (רונדיג צי אפילו פירקאנטיג) געדארפט אויסזען אויף דער לבנה, וואס איז א גלאבוס? ווידער דער צווייטער באווייז פון די שיפן אויפ'ן ווייטן האריזאנט מוז אויך נישט זיין קיין ראיה, וויבאלד ס'איז פארצייטנס געווען אנגענומען -טאקע צוליב דער סיבה- אז דאס וואסער איז נידריגער ווי די יבשה (אזוי ווי די גמרא ברענגט א ראיה פון דעם פסוק "יורדי הים באניות"; אויך ר' יונתן אייבשיץ וועלכער האט שוין געוויסט פון דער רונדיגקייט פון דער וועלט שרייבט אז דאס וואסער איז נידריגער פון דער יבשה).

> געפילטע פיש: שיין א לייט אויף א מצה אדער פריזבי פון דער זייט, וועט דער שאטן אויפ'ן וואנט זיין א גראדע ליניע.

> יידל: אפילו אויב דאס וואסער איז נידריגער ווי די יבשה, וואלט נאך אלץ די גאנצע שיף געדארפט פארשוואונדן ווערן אויף איינמאל און נישט צוביסלעך, נישט אזוי?

> חאצקל: האבן די אור-אלטע גריכן געהאלטן אז מ'קען ארומרינגלען די וועלט, אדער האבן זיי געהאלטן אז מיר וואוינען נאר אויף דער אויבערשטער זייט פון דער וועלט? אויב האבן זיי געהאלטן אז מ'וואוינט ארום און ארום, דאן איז שווער צוויי זאכן: 1) וויאזוי האבן זיי דערקלערט דאס וואס מ'פאלט נישט אראפ פון דער וועלט? 2) פארוואס האבן די גריכן און די רוימער נישט פרובירט ארומצורינגלען די וועלט טאמער האבן זיי געוואוסט אז זי איז רונדיג? און בכלל וויאזוי האבן זיי דערקלערט דאס וואס די וועלט קוקט אויס גראד למראית העין? אויב איז עס געווען אנגענומען אלס אזא דבר פשוט ביי די חכמי יון, דאן פארוואס ווערט דער מאדעל נישט דערמאנט אין אונזערע מקורות (אויסער אין ספר הזהר), איבער הויפט ביי די וואס ברענגען נאך די ספרי היונים והערבים ווי דער רמב"ם וכדומה? ביטע, הרב יידל, מאכט קלאר די זאכן און ברענגט אויך א מאדעל פון א רונדיגער וועלט פון די יונים. יישר כח.

> תחכמוני: די גריכן האבן געהאלטן אז די וועלט איז רונדיג פון אלע זייטן. די טעאריעס אויף וואס די וועלט שטייט זענען געקומען פון מיטאלאגיעס נישט פון די פילאזאפן. אריסטו האט נישט געהאלטן אז די וועלט שטייט אויף עפעס נאר אז אלעס פאלט צום צענטער פונעם אוניווערס. מיט דעם ווערט פארענטפערט דיין קושיא פארוואס מען פאלט נישט אראפ פון דער וועלט, ווייל אלעס פאלט צום צענטער נישט קיין חילוק פון וועלכע זייט דו פאלסט. די סיבה פארוואס די וועלט זעהט אויס גראד למראית העין איז פשוט ווייל די וועלט איז זייער גרויס און עס דערקענט זיך נישט אז עס בייגט זיך. דו פרעגסט פארוואס דער רמב"ם דערמאנט דאס נישט. אוודאי דערמאנט ער דאס. אלע ספרד'ישע ראשונים האבן געהאלטן פון אריסטו'ס טעאריעס. איך וועל דיר ברענגן איין ציטאט: "כי כל דבר הידוע על סמך הוכחה מופתית - אין לגביו מחלוקת, התמודדות או סרבנות, אלא מצד בור אשר מגלה אותה עיקשות הקרויה "התעקשות לנוכח המוכח", כגון שאתה מוצא אנשים אשר סירבו בעקשנות לקבל שהארץ כדורית ושהגלגל סובב וכיוצא בזה. (מורה נבוכים, חלק א' פרק לא)" עס איז מיר אינטערעסאנט אז יידל שרייבט נישט אז עראטאסטענעס (276–195 לפנה"ס) האט שוין געמאסטן דעם היקף פון דער וועלט און ער האט צוגעטראפן זייער פונקטליך.

מקור: kaveshtiebel.sites.tab.bot/t/2282.html

צוריק צו נומער 1 PDF אראפלאדן (487 KB)